מתאחדת - מקח געשלאסן אויף גיגאנטישער בנין אדיר ומפואר פאר הרחבת גבולי "תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש" אין שטאט מאנסי! - ערב חג הסוכות תשפ"ז #1162

Top Banner
  • parnes

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שב"ק פר' האזינו-שובה תשפ"ז

צו הערן

 

קונטרס עבודת עבודה שפתי קודש

חג הסוכות - קונטרס חדש!

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען


די נייע ניגון 


ארויסגעקומען דורך מוה״ר איתמר ארגעל הי״ו
ראש מקהלות המנגנים דחצרות קדשינו

געזינגען געווארן ביים דאווענען ראש השנה און יום הקדוש בצל הקודש, ווי יאר יערליך מיט א קינדער קאפעליע.

צו הערן

 

שיעור כללי בהלכות ישיבת סוכה

על ידי

הרב הגאון דומ"ץ קהלתינו קרית יואל שליט"א

צו הערן

הרה"ג ר' יואל סאנדער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

על הפרשה - ליל ששי פר' ברכה א'

צו הערן
  • ads
  • ads

 

דרוקט דעם לינק צו באקומען דעליווערט ספרי מכון "עבודת הלוים"

  • ichud
  • ichud

פאר א העכערע רעזעלושען דרוקט דא

Gilyon

קול מְבַשֵּׂר וְאוֹמֵר: קוֹל רַבָּתִי עָם בְּהַמְלִיכוֹ. מִגְדּוֹל יְשׁוּעוֹת מַלְכּוֹ:


טאהש'ער פלאם פלאקערט אויף אין מאנסי מיט עקסטאזפולע מקח אויף מעגא-גיגאנטישער בנין אדיר ומפואר און שטח ענקי פארן פרעכטיגן אויפבלי פון "תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש"


הנהלת המוסדות אין פרעצעדענטלאזער אונטערנעמונג שפרינגען אריין אין מולטי-מיליאן דאלאר'דיגן קאנטראקט אויף גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע און ארומיגע שטח אדיר, וואו עס וועלן בעז"ה איינקווארטירט ווערן די הייליגע טאהש'ע תלמידים לתורה ועבוד"ה ויראת שמים.

תִּתְּנֵנוּ לְשֵׁם וְלִתְהִלָּה. תְּשִׁיבֵנוּ אֶל הַחֶבֶל וְאֶל הַנַּחֲלָה. תְּרוֹמְמֵנוּ לְמַעְלָה לְמָעְלָה:

היסטארישער מקח אין סאמע ברען פון פארנומענעם ערב יום טוב סעזאן צעמענטירט ווייטערדיגער עתיד און וואוקס פון די הייליגע טאהשע מוסדות אימפעריע אין שטאט מאנסי, בברכתו ועידודו של רעיא מהימנא קדישא כ"ק מרן רבינו שליט"א

בנין המוסדות החדש ושטח האדיר, געפינט זיך אויף סטראטעגישע לאקאציע אין צענטער פון שטאט אויף די צענטראלע הייוויו גאס, נאנט צו די היימישע באוואוינטע געגענטער און אין צענטער פון די בתי חינוך ראיאן אין שטאט מאנסי  פארקערפערט אלע איינצלהייטן פארן געברויך פון רחבות'דיגער תלמוד תורה פעסטונג, מיט דריי פול-אויסגערישטע שטאקן מיט ברייטע ליכטיגע קלאס-צימערן, א פראכטפולן היכל בית המדרש, א גרויסער עס-זאל און  אהערגעשטעלטע קיך, א צאל שיינע אפיסעס און נאך פולע דעטאלן וועלכע ערגענצן דעם בנין אלס פאסיגער אכסניא של תורה ועבוד"ה לחינוך דורותינו

תַּלְבִּישֵׁנוּ עוֹז וּגְדֻלָּה. תַּכְתִּירֵנוּ בְּכֶתֶר כְּלוּלָה. תְּיַשְּׁרֵנוּ בְאֹרַח סְלוּלָה.

פרישע גאלדענע קאפיטל בקורות דברי הימים לממלכת טאהש מאנסי ווערט געעפענט, וועלכע פארזיכערט ווייטערדיגע לויטערע טאהש'ע חינוך הדורות לתורה ועבוד"ה ויראה טהורה אין שפיץ פון די בארימטע מחנכים ומרביצי תורה, אויפן אויסגעטראטענעם וועג פון אבינו רועינו מרן רבינו הקדוש זי"ע תחת דגלו והדרכתו בעוז וברמה של בנו ומ"מ נשיא אלקים בתוכינו כ"ק מרן רבינו שליט"א

ארבעה צריכים להודות - ארבעה שנים הם:

טאהש'ער מוסדות אימפעריע אין שטאט מאנסי צייכענט אפ פיר יאר זינט היסטארישער התייסדות, אויסשטייגנדיג אלס ליכטיגער לויטערער חינוך פעסטונג לשם ולתפארת

תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש מאנסי;

א שטאלץ פאר רבינו הקדוש!
א פראכט פאר ממלכת טאהש אלוועלטליך!
א נחת פאר הורי המוסדות!
א עתיד פאר טאהש מאנסי!

  • mamudim
  • mamudim

 


בריוו לכבוד די נייע יאר, צו כ״ק מרן רבינו שליט״א און תושבי הקריה, ערהאלטן פונעם מעמבער פון די קאנאדישע פארלאמענט וועלכע פארטרעט די געגענט פון קריתינו הקדושה


  • mamudim
 

צענדליגע מטעמים און מתנות שיין ציגעגרייט בביתו נאוה קודש
 
גרייט ארויס צו שיקן פאר די אלמנות פון קריתינו הקדושה און פון מאנטריאל, געשיקט דורך הרבנית הצדיקת תליט״א, לכבוד יום טוב.
  • mamudim
  • mamudim

אנשי שלומינו אין טיפע שאק נאך פלוצלונג'דיגער פטירה פון הרב החסיד ר' אלי' שפיצער ז"ל


אויסגעהויכט די נשמה ממחרת יום הכיפורים, ויצאה נשמתו בטהרה

דער שאק איז נאך אין די לופטן, בעת די שורות ווערן געשריבן עטליכע שעות נאך די סתימת הגולל, און מען קען זיך נישט צוזאמקלויבן פון די ביטערע טראגעדיע. "אבידה היא שאין לה תמורה" – די פטירה פונעם איש החסד ורך הלבב, הרה"ח ר' אליהו ב"ר מאיר משה שפיטצער ז"ל.

אין די ראמען פון א קורצע הערכה איז זייער שווער צו קאטעגאריזירן א איד ווי ר' אלי', וועלכע איז כל ימיו געווען אן עוסק בצרכי ציבור און געטון למען הכלל והפרט, אבער פטור בלא כלום אי אפשר .

אשרי ילדתו שלא בייש את זקנתו

ר' אלי' איז געווען פון די בחורים מייסדי הישיבה נאך אין שנת תשכ"ד, ווען ער איז געפארן לערנען קיין טאהש אין דעם ערשטן יאר פון איר גרינדונג. ער איז געווארן אדוק ומקושר בכל נימי נפשו צו רבו ומאורו מרן רבינו הקדוש זי"ע, א קשר וואס האט אנגעהאלטן ביזן היינטיגן טאג ביי ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו שליט"א.

נאך א תקופה פון 11 יאר וואוינען אין וויליאמסבורג נאך זיין חתונה, האט ער זיך געצויגן קיין קרית טאהש כדי צו קענען זיין נאנט צום הייליגן הויף ולשאוב מבאר מים חיים, און ווי א ריכטיגע פארצייטישע חסיד זיך נישט גערירט פון רביה’’ק זי’’ע. 

אלו מציאות שלו - מרביץ תורה ומחנך רבות בשנים

יארן לאנג איז ר' אלי' געווען א מרביץ תורה אין תלמוד תורה, וואו ער האט געדינט אלס מלמד ומרביץ תורה רבות בשנים און אויפגעשטעלט תלמידים הגונים לה' ולתורתו. די תלמידים דערציילן איבער די אויסטערלישע ווארעמקייט און שטארקע ליבשאפט מיט וואס ער האט מדריך געווען זיינע תלמידים ווי א רועה צאן.

זיינע מדות השתות זענען געווען אויסערגעווענליך; ער האט זיך נישט געקימערט אין וועלכע פאזיציע מען האט אים געשטעלט, נאר געטון זיין מלאכה בנאמנות און מיט ענוות חן. ער האט אריינגעלייגט זיין גאנצע חיות למען הצלחת תשב"ר, און ביז זיין לעצטן טאג האט ער געדינט אלס פארהערער פאר די צאן קדשים.

אויך אלס משגיח איז ער געווען פארנומען צו העלפן יעדן תלמיד מיט אלעס וואס ער האט געדארפט, און ער האט זיך געזארגט פאר יעדן תלמיד כאב על בנו.

עד שיבא אליה"ו

ר' אלי קען מיט רעכט באצייכנט ווערן אלס אן "איש החסד", זייענדיג דער מייסד און עוסק אין השבת אבידה זיין גאנץ לעבן. מיט אן אויסטערלישע חביבות המצוה האט ער זיך געפארעט דערמיט, זיך אפגעגעבן מיט יעדן חפץ ווי א אייגענע. מיט זיין פונקטליכקייט האט ער מחזיר געווען אבידות לבעליהם, ווי הונדערטער אידן קענען מעיד זיין אויף די טויזנטער דאלארן וואס ער האט זיי געשפארט במשך ימי חייו, ער פלעגט זיך אלץ ווערטלן אז ווען משיח וועט קומען, וועט ער האבן א לענגערע שמועס מיט אליהו הנביא, איבערגייענדיג אלע חפיצים צו קענען מחזיר זיין לבעלים...

עוסק בצרכי ציבור באמונה - גבאי נאמן בבית מדרשינו הגדול

איינע פון די שטארקע זאכן וואס מען קען זאגן אויף ר' אלי' ז"ל, איז זיין עבודה אלס גבאי נאמן אין בית המדרש הגדול פאר לאנגע יארן. ער פלעגט אויסרופן די עליות, וואס דאס האט פארלאנגט צו האנדלען מיט אזויפיל אידן מדי שבת בשבתו, און דאך איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל האבן א שווער הארץ אויף אים, נאר מיט א חכמה ואינו מלאכה זיך געזארגט אויף כבודו של יחיד ווי א ריכטיגער גבאי נאמן.

פיל קען פארציילט ווערן איבער נועם מידותיו, ובפרט במידתו של אהרן. אט איז א עפיזאד ווי אחד מן המספידים האבן פארציילט.

ר' אלי' פלעגט שטענדיג דאווענען ותיקין, ייראוך עם שמש נישט פארפאסט די ותיקין מנין, האט זיך געמאכט א שטיקעלע געפעכט צווישן די מתפללים, ווען צו אויסשטעלן די מנין סליחות און שחרית, ר' אלי' כדרכו כאטש זייענדיג פון די מתפללים קבועים איז געשטאנען אין די זייט און געמאכט א רושם כאילו אינו, די טענה'ריי האט זיך ערווארבן צו הויכע טענער, ביז א אוועזנדער האט באמערקט ר' אלי' שטיין אין די זייט ולא חלי ומרגיש כלל, כאילו עס גייט נישט אפעקטירן זיין סדר היום. האט ער זיך געגעבן א ריף אן, 'ר' אלי, איר זענט דאך פון די מתפללים קבועים וואס איז אייער מיינונג'? האט ר' אלי' גענטפערט, 'מיין מיינונג איז, אז אויב עס פירט צו מחלוקת פעלט מיר נישט אויס די גאנצע סליחות זאגן'.

מת במוצאי יום הכיפורים סימן יפה הוא לו 

א עקסטערע קיצעל אין הארץ איז ווען מען איז זיך מתבונן ווען ר' אלי' איז צוזאמענגעפאלן, נישט קיין צווייטע צייט, נאר אינעם סאמע הייליג'סטען טאג פון יאר, ונתנה תוקף קדושת היום, א פיל געפאקטע בית מדרש מלובש בלבינים, פארנט פונעם ארון הקודש אויף זיין מקום קבוע, מעוטף בטלית וקיטל בשעת אמירת עבודתו של כהן גדול נאכ'ן פאלן כורעים, איז ליידער געווען נגזר הגזירה, ווען נאכן זיך אויפשטעלן פון כורעים, איז ר' אלי' צוזאמגעפאלן בפני כל עם ועדה. ויצאה נשמתו בברוך שם.

טראץ די איבערמידליכע  ארבעט פון די אנוועזנדע חברה הצלה האט מען אים ליידער נישט געקענט צוריקברענגען ממות לחיים, נאר נאך א קורצע תקופה ממחרת יום הכיפורים בשעת די מנין ותיקין, שבק לן חיים לכל חי.

דאס הארצרייסענדע לוי' איז פארגעקומען דינסטאג מיטאג, ווען צום ערשט איז די מיטה אנגעקומען צום בנין התלמוד תורה, - דארט ווי ר' אלי' ז"ל האט מרביץ תורה געווען פאר לענגערע יארן, ועינו וליבו שם כל הימים - עס האט מספיד געווען די מנהל הת"ת הרב ר' ישעי' סג"ל קרויס שליט"א, וועלכע האט באוויינט די אבידה שאין לה תמורה, און דערנאך איז פארגעקומען די לוי' פארנט פון זיין שטוב ווי עס האבן מספיד געווען אלע קינדער און איידעמער, און פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן צום ביה"ח אין קריתינו הק', ווי ער איז געקומען לקבורה.

אליהו מלאך הברית

וויכטיג אונטערצושטרייכען די געוואלדיגע השגחה פרטית און סייעתא דשמיא, ווי ר' אלי' ז"ל האט זוכה געווען ביום פטירתו צו א ברית פון א אייניקל למזל טוב, ווען תיכף נאכ'ן לוי' איז פארגעקומען א ברית פון א אייניקל, בן לחתנו מוה"ר משה יצחק הערשקאוויטש הי"ו, מנכ"ל המוסדות, ''ויקרא שמו אליהו'' נאך די זיידן וועלכע איז געווען א מוסטער פאר זיין משפחה, דור ישרים ומבורך תלמידי חכמים וחסידים.

 

יהא זכרו ברוך. 

 

  • nichum

 

ביי די ריקודין שמחת בית השואבה אין ביהמ"ד הגדול

  • nichum

 

ביים פארנאכטס שיעור אין אברכים ביום ז"ך אב

  • nichum

 

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

  • nichum

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

וועד האש"ל

  • moduos
  • moduos

 

ישיבה גדולה אור החיים קריתינו הק'

  • moduos

 

ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ישיבה קטנה תפארת משולם פייש ניו יארק

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

כוללי אברכים קריתינו הק'

  • moduos

 

ביהמ"ד הגדול

  • moduos

 

וועד מורא מקדש

  • moduos

 

תלמוד תורה בית יודא קריתינו הק'

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos

 

בארא פארק

  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - בארא פארק

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

תפארת משולם וויליאמסבורג

  • moduos
  • moduos

 

עטרת מרדכי וויליאמסבורג

  • moduos

 

מאנסי

  • moduos
  • moduos

 

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

  • moduos

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

לאנדאן

  • moduos

 

צמא למים - סדר היום לסוכות - פנימי

  • moduos
  • moduos
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud