זֶה הַיּוֹם עָשָׂה ה׳, נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בוֹ. צַהֲלִי וָרֹנִּי, תּוֹשְׁבֵי מָאנְסִי!
דער היינטיגער דאנערשטאג נצבים-וילך תשפ"ו טאג וועט פארצייכנט ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די דברי הימים פון קהלתנו הקדושה אין מאנסי, מיט דער היסטארישער עפענונג פון א נייעם בית חינוך לבנות, לתורה, ליראת שמים ולחסידות.
נאך דער געוואלדיגער הצלחה פונעם תלמוד תורה עבודת משולם פייש אין שטאט, און נאכן זען די הערליכע פירות וואס דער מוסד האט שוין ברוך השם ארויסגעגעבן, האט אבינו רועינו כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א באויפטראגט די געטרייע הנהלת המוסד, אריינצושפרינגען אין א פרישע אונטערנעמונג און עפענען א בית חינוך לבנות, מיטן ציל מחנך צו זיין ערליכע אידישע טעכטער על דרך אבותינו ורבותינו הקדושים.
נאך א פאר חדשים פון שווערע הכנות, וואס זענען דורכגעפירט געווארן במסירות נפלאה און מיט אויסערגעווענליכע כוחות, אלעס אונטער דער פערזענליכער הדרכה און באגלייט מיט ברכת קדשו פון כבוד קדושת רבינו שליט"א, איז היינט, בשעה טובה ומוצלחת, געעפנט געווארן דער נייער בית חינוך לבנות, בנות חוה, על שם אם המלכות, די מאמע פון כבוד קדושת רבינו שליט"א, וועמנס יארצייט עס געפאלט טאקע אינעם היינטיגן טאג כ"א אלול.
דער מוסד האט זיך געעפנט מיט דער ערשטער קלאס, אין וועלכער קרוב צו צוואנציג טעכטער פון חשוב'ע משפחות אנשי שלומינו וועלן נתחנך ווערן אין א ריינעם און הייליגן מקום, ברוח התורה והחסידות ועל טהרת ערכי ישראל סבא.
אנשי שלומינו רוישן מיט פרייעדיגע געפילן אז מען איז בסייעתא דשמיא אנגעקומען צום ענדגילטיגע מאמענטאון בעטן א הייסע תפלה אז דער בית חינוך זאל בליען און מצליח זיין מיט גרויס סייעתא דשמיא, און אויפשטעלן דורות ישרים ומבורכים, לשם ולתפארת ולקדש שם שמים.
צהלו ורנו, תושבי מאנסי! |
מעמד שחיטת הבהמות ומסירות מתנות כהונה בהיכל ישיבה גדולה אוה"ח
נאך א גאנצע זמן וואס תלמידי שיעור ג' האבן אדורכגעלערנט די שווערע מקצועות פון הלכות טריפות און הלכות מליחה איז די וואך זונטאג פארגעקומען א אייגנאארטיגע מעמד השחיטה ווי די תלמידים האבן געקענט צוזעהן פונדערנאנט אלעס וואס מ'האט געלערנט משך די יאר לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, און אזוי באקומען מער קלארקייט אין די אלע שווער פארצווייגטע סוגיות.
אין צוגאב צום מעמד השחיטה האבן דערנאך די תלמידים געזאלצן די פלייש און צוויי טעג שפעטער איז פארגעקומען בהיכל הישיבה א מעמד מסירות מתנות כהונה, א מצוה וואס איז שווער צו מקיין זיין היינטיגע ציטן, ווי די תלמידים וועלכע האבן געהאט א חלק דערינען דורכ'ן לערנען מערע שעות רצופות האבן זיך אנגעטון בגדי שבת לרגל המצוה, און נאכן מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענע רקידה. |