ווייטערדיגע אפדעיט איבער הרחבת גבולי הקדושה אין ישיבתינו הק' ישיבה גדולה אור החיים בקריתינו הק'
בס"ד האט מען אין די יעצטיגע טעג אנגעהויבן די פארצווייגטע ארבעט אינעם נייעם היכל הישיבה, וואו מען האט אנגעהויבן צו באדעקן די ספרים שענק, און דערנאך די רייניגן און אויפרוימען די גאנצע היכל, ארויסצונעמען די ברוכווארג שמוץ פון די פייער.
עקסטער האט מען אין די זייטיגע צימערן אויפגעגראבן די ערד, ווי עס וועט ווערן אינסטאלירט די זויל'ן צו פארשטערקערן דעם בנין.
פאלגט נאך ווייטער'דיגע באריכטן און אפדעיטס דא אין מתאחדת.