ווייטערדיגע אפדעיט איבער הרחבת גבולי הקדושה אין ישיבתינו הק' ישיבה גדולה אור החיים - על קברו של רבי
אין ווייטער'דיגע פארשריט איבער די מאסיווע פראיעקט איבערצובויען די אונטערשטע שטאק פונעם בנין ביהמ"ד הגדול און פארוואנדלען אלס דער נייע רחבות'דיגע היכל הישיבה צו קענען אקאמאדירן די פלייץ פון פרישע תלמידים צום קומענדיגן ווינטער זמן תשפ"ז הבעל"ט, זענען אין די לעצטערע טעג אנגעגאנגען ווייטער'דיגע פלאנירונגען צווישן פארשידענע פירמע'ס ווי מען האט געמאכט די נויטיגע פלענער אנצוהייבן תיכף ומיד מיט די מלאכת הבנויה לנצח על מלאכת בית השם.
צווישן אנדערע האבן זיך געפינען אינעם גרויסן היכל און די פליגלען ארום, די פירמע פון אינדזשענירונג, פלומבינג, לעקטער, קלינונג, סטרוקטור, ווי מען האפט זיך צו געבן א ריק פאראויס, אנגעהויבן מיט די קלינונג קאמפעני אויסצורייניגן די שמעק פון די שווערע פייער, און תיכף דערנאך צוריק פארמאכן די דעכער, אינסטאלירן פון פריש די קילונג, הייצונג, לעקטער, און אזוי ווייטער, צו זיין גרייט אויף דעם קומענדיגען ראש חודש חשון הבעל"ט, אנצוהייבן דעם נייעם זמן מיט הרחבת הדעת.