מתאחדת - באריכט פונעם מעמד אדיר כינוס חסידי טאהש מאנטריאל - מאנטאג בהעלותך תשפ"ו #1117

Top Banner
  • parnes

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שב"ק פר' נשא תשפ"ו

צו הערן

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

בבית מדרשינו קרית יואל

בהלכות שבת בהקדם שיעור פי' התפלה - א' בהעלותך

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק' - מגי"ש על קול איחוד

בהלכות דברים הבאים מחמת הסעודה ח"ד - א' בהעלותך

צו הערן

הרה"ג ר' מנחם מענדל סג"ל גאלדשטיין שליט"א

מנהל ישיבה קטנה תפארת משולם פייש - ניו יארק

שיעור הכנה לשבת קודש - עש"ק נשא ב'

צו הערן

הרה"צ רבי יעקב סג"ל שליט"א

ראש חבורת עבודת עבודה לבחורי אנ"ש בארא פארק

בבית מדרשינו ב"פ - ליל ששי פר' נשא ב'

צו הערן
  • ads

בית כ"ק מרן רבינו שליט"א

  • moduos

 

ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

  • moduos

 

נסיעה לרגל כ"ח סיון

לעצטע געלעגנהייט פאר די ביליגע פרייז

ביז מארגן 5:00 נאכמיטאג

  • moduos

 

חברה שומרים קרית טאהש

  • moduos

ערשטמאליגע מעמד 'כינוס כלל חסידי טאהש מאנטריאל' למען בית מדרשו של רבי - ביהמ"ד אהל אלימלך ד'טאהש אין שטאט


דעם פארלאפענעם מאנטאג נשא א' - יום המיוחס, איז פארגעקומען אין מאנטריאל אן ערהאבענער מעמד אדיר, ווי עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרוב צו הונדערט אנשי שלומינו תלמידי וחסידי טאהש תושבי מאנטריאל, מיטן ציל אוועקצושטעלן א יסוד איתן פאר די הרחבת גבולי הקדושה אויף בית מדרשינו אהל אלימלך  - בית מדרשו הראשון של רביה"ק זי"ע.

דער מעמד איז פארגעקומען אין א פראכטפולן זאל אין שטאט מאנטריאל, ווי מען האט געהאט די זכי' אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז ספעציעל ארויסגעקומען מפאר זיין בראש המעמד און משמיע זיין ברכת קדשו.

דורכאויס דער מעמד איז פארגעקומען א לענגערע אויפטריט דורכן באקאנטן פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט דאס אויסטערלישע חשיבות פון דער הייליגער ביהמ"ד וועלכע פארמאגט אזא פונדאמענטאלע ווערד און חשיבות ביי חסידי טאהש, זייענדיג דאס ערשטע מקום וואס רביה"ק זי"ע האט אוועקגעשטעלט און דארט איינגעפלאנצט די קערנדלעך פארן גרויסן און הערליכן בוים וואס איז זיך צעוואקסן איבער דער גאנצע וועלט אלס די טאהשע חסידות.

אזוי אויך האבן אויפגעטראטן מיט הארציגע דיבורים דורכאויס דעם מעמד, הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס שליט"א און הגה"ח ר' אלעזר עקיבא בינעטה שליט"א, וועלכע האבן ארויסגעברענגט מיט התרגשות די געוואלדיגע זכיה וואס מען האט צו ארויסהעלפן דאס אויפבוי פון דעם געוואלדיגן מקום קדוש.

אן אויסטערלישע התרגשות און עלעקטריזירנדע שטימונג האט איבערגענומען דעם זאל, ווען אינמיטן דער מעמד האט רבינו שליט"א געמאלדן אז אינאיינם מיט יד ימינו הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו וועט ער נעמען אויף זיך די סכום עצום פון זעקס הונדערט טויזנט דאלער, למען בית ה' - בית מדרשו של רבי.

דורכאויס דער מעמד זענען די משתתפים אריבער אונטערשרייבן שטרות מיטן רבי'ן אויף די סכומים פון $12,000 און ארויף ברענגענדיג דעם טאטאל צו די אסטראנאמישע סומע פון אנדערטהאלבן מיליאן דאלער (!), ווען מיט א פאראייניגטע רצון כאיש אחד בלב אחד האט יעדער זיך אנגעשלאסן מיט מסירת נפש אהערצושטעלן און פארגרעסערן דעם הייליגן ווינקל כראוי וכיאות.

 גאר א ווערדפולע און אייגנארטיגע חפץ דקדושה איז פארטיילט געווארן פאר אלע באטייליגטע, אין פארעם פון א שטיקל האלץ אראפגענומען פון די ארון הקודש וועלכע איז באנוצט געווארן דורכאויס די יארן וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געדאוונט אין דעם ביהמ"ד, דער ארון הקודש ביי וועלכע די רבי האט הונדערטער מאל איינגעריסן למען הכלל והפרט 'ותשלים משאלין דבאי ולבא דכל עמך ישראל לטב ולחיין ולשלם, אמן'.

 


בילדער


 

די זאל מלכות'דיג צוגעגרייט

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די טייערע מתנות וועלכע זענען פארטיילט געווארן פאר די משתתפים

  • mamudim

 

די ברייטן ציבור אנ"ש ביים רייכן באנקעט

  • mamudim

 

כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים מעמד

  • mamudim

 

דער יו"ר המעמד ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש

  • mamudim

 

הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס ביים אויפטרעטן

  • mamudim

 

הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש ביים זיך אונטערנעמען מיטן רבין שליט"א די אסטראנאמישע סומע פון זעקס הונדערט טויזענט דאללער לטובת די ביהמ"ד

  • mamudim

 

די עסקני קרן הבנין ביים מעמד

  • mamudim

 

חתימת השטרות

  • mamudim

 

ביים איבערגיין די שטרות מיט די משתתפים

  • mamudim

 

הרה"ג ר' יואל מתתי' קאהן שליט"א מרבני בית מדרשינו ביים אונטערשרייבן א שטר מיטן רבין

  • mamudim

 

חברי ועד קרן הבנין אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס שליט"א בקודש פנימה

  • mamudim

 

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud