מתאחדת - באריכט פון חג השבועות בצל הקודש - עש"ק נשא תשפ"ו #1116

Top Banner
  • parnes

דברות קודש אצל

מעמד הבאגלייטן מוצאי חג השבועות העעל"ט

צו הערן

דברות קודש בהיכל ישיבה גדולה אור החיים קריתינו הק'

אחר מעמד לימוד ג' שעות רציפות

ערב חג השבועות העעל"ט - באשמורת הבוקר

צו הערן

 

שמועות קודש

קולו בקודש של כ"ק מרן רבינו הקדוש זי"ע

נמסר ע"י הנהלת מוסדותינו הק' וחברי בית הוראה:

  • dibros
צו הערן

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

בבית מדרשינו קרית יואל

בהלכות שבת בהקדם שיעור על הפרשה - ה' נשא ב'

צו הערן

הרה"ג ר' אלימלך לאווען שליט"א

ר"מ ומשפיע רוחני דישיבה גדולה אור החיים קריתינו הק'

שיעור השקפה בהיכל הישיבה - ד' נשא ב'

צו הערן

הרה"ג ר' יואל סאנדער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

על הפרשה - ליל ששי פר' נשא

צו הערן

הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א

מגיד שיעור על קול איחוד

על הפרשה - פר' נשא

צו הערן

הרה"ג ר' יצחק אייזיק בערגער שליט"א

נכד רביה"ק זי"ע - ומו"ץ - ומגי"ש על קול איחוד - ד' נשא ב'

בספה"ק נתיב מצותיך - נתיב אמונה שביל ג' אות י"ט

צו הערן
  • ichud
  • ichud
  • invitation

קהל אור החיים

  • moduos

 

ישיבה גדולה אור החיים - קריתינו הק'

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ישיבה גדולה תורת משולם פייש - ניו יארק

  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos

 

וויליאמסבורג

  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos
  • moduos

לכבוד יומדה"ל קדישא של רבינו השרף
מרן רבי משולם פייש זיעועכ"י
שב"ק שלח - כ"ח סיון הבעל"ט


ווערט בעז"ה צאמגעשטעלט א דערהויבענע נסיעה
בראשות פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל, נכד בעל הילולא

פון דינסטאג מיטאג פר' שלח ביז זונטאג נאכט פר' קרח

מען וועט בעז"ה זיין ביי די צדיקים אין: ליזענסק, קאמארנא, פרעמישלאן, זידיטשוב, קאסאן, אוהעל, קערעסטיר, קאלוב, און טשענגער

שב"ק פר' שלח ביומא דהילולא וועט אפגעראכטען ווערן בראשות דער דומ"ץ שליט"א בחצר הקודש טאהש -אונגארן סמוך ונראה לציון הקדוש פונעם בעל ההילולא זי"ע

יעדע נאכט וועט מען בעז"ה נעכטיגן אין א האטעל, ווארימע טעגליכע סעודות סערווירט, רואיגע דאווענען, מקוה ואש"ל מלא

זיך צו מעלדן פאר א צוגענגליכע פרייז

רופט ווי פריער 718-989-1155

אדער אויף די לינק

https://crm.wilnertravel.com/signup/0c655c1082297a69b26101614654bd55 

 
וה' ישמור צאתנו ובואינו לחיים ולשלום!
  • mamudim

 


באריכט פון חג השבועות בצל הקודש


 

גאר א דערהויבענע הערליכע יום טוב איז פארריבער דעם חג השבועות העעל"ט בצל הקודש, הדרא דלא אפשר למיפרט בשפותא, די פעדער איז צו ארעם דאס אראפצומאלן, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועלן מיר איבערגעבן דא א קורצע באריכט איבער די כיבודים און סדר החג העעל"ט.

אריינקומענדיג אין היכל הבית המדרש הגדול האט זיך אנטפלעקט א הערליך בילד, די ביהמ"ד איז געווען הערליך שיין באצירט מיט בלומען און רויזן, ארום דעם ארון הקודש און די באלעמער כנהוג, און א ספעציעלן חופה העכערן פלאץ פון רבי'ן.

 

ליל א' דיו''ט:

צו תפלת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, דער רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד, און אלע תפילות די ערשטע טאג יו"ט, צו די יארצייטן פון די משפחת המלוכה פון רביה"ק זי"ע. נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך לברך ולהתברך בברכת 'א גוט יום טוב', און די געסט האבן געהאט די געלעגנהייט צו געבן שלום פארן רבי'ן.

*

שפעטער איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען צו תיקון ליל שבועות א גאנצע נאכט. ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו.

במשכ’ן טיש האט מען געזינגען ווארימע תורה ניגונים לכבוד יו"ט שבועות, בפרט די הייליגע אהבה רבה ניגון מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און הרה"ג רבי חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגען די ניגון קבלת התורה.

צווישן די כיבודים זענען מכובד געווארן מיט די זמירות'ן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס הרה"ג ר' חיים יעקב סג"ל גאלדשטיין שליט"א פון מאנסי, שיר המעלות הב' שמעון ב"ר שמואל דוד גוטמאן ני"ו פון קרית יואל.

 

יום א' דיום טוב:

דער רבי האט געדאווענט אלע תפילות און הלל פארן עמוד מיט גרויס התעוררות לכבוד די יארצייט.

נאך אתה הראת לדעת איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש, און בחרדת קודש אנגעהויבן זינגן קאפיטל השמים מספרים, און דערנאך פתיחת הארון און זינגן דעם קאפיטל לדוד מזמור, עס האט געהערשט א גרויסע התעוררות ביים זינגן די מקובל'דיגע ניגונים הכנה לקבלת התורה.

נאך לאנגע מינוטן וואס דער עולם איז אריבער קושן די ספר תורה איז דער רבי ערשינען אויפן באלעמער, מ'האט אויסגערופן כהן הרה"ח ר' חיים שלמה הכהן שווארץ הי"ו, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות מיט גרויס התעוררות.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט קריאת התורה, לוי האט עולה געווען מוה"ר עזרא שמעון ישראל סג"ל נייהויזער הי"ו, שלישי מוה"ר מנחם מענדל ניימאן הי"ו, רביעי עשרת הדברות אב"ד קלוזש שליט"א, חמישי הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א. הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה אהרן אברהם פריעדמאן הי"ו פון טאראנטא, גלילה מו"ה אליעזר הערש פישער הי"ו משב"ק, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און עולה געווען מפטיר, הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה חיים שיינער הי"ו פון טראנטא, גלילה מוה"ר אלימלך ראזענצווייג הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' נפתלי נחמי' ראטענבערג הי"ו פון מאנסי.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל ישיבה גדולה צו די 'מילכיגע סעודה' משולב מיט'ן קידוש לכבוד די יארצייט פון משפחת רבינו הק' זי"ע.

דער רבי האט געמאכט קידוש, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' הערשל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג. מען האט געזינגען פאסיגע ניגונים לכבוד היום, דער רבי האט טועם געווען און געטיילט שיריים פון די קרעפלעך און פון די פערפל.

*

שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור די 'פליישיגע סעודה' בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים. הגבהת הכוס צו קידוש מוה"ר ישעי' פעלבערבוים הי"ו פון סטעטן איילענד, צווישן די ניגונים זענען מכובד געווארן אתה בחרתנו הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, אתה אחד הרב אברהם יצחק קאהן שליט"א נכד רבינו שליט"א, מלמד בת"ת עבודת משולם פייש מאנסי.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנסי שליט"א, ור"מ בישיבה"ק תפארת משולם פייש ניו יארק, שיר המעלות הב' יעקב יוסף ב"ר משה יושע שיינער ני"ו פון א"י.

 

ליל ב' דיום טוב – שב"ק:

דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה און קבלת שבת ומעריב.

פאר קבלת שבת איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש, און מעורר געווען דעם ציבור זיך משתתף זיין ביתר שאת וביתר עז אין אמירת תהלים ביום השבת, לכבוד די יומא דהילולא פון דוד המלך נעים זמירות ישראל.

נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט שבת גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור.

*

ביים שלחן הטהור זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרב שלמה צבי חיים ליעבערמאן שליט"א פון לינדען. צווישן די זמירות'ן איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנסי שליט"א, הרה"צ רבי ישראל מרדכי סג"ל שליט"א פון וומסב"ג, הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, הרב ארי' ראזענבוים שליט"א פון קרית יואל, הרה"ח ר' דוד יודא לאנדאוי הי"ו פון מאנסי, מו"ה יקותיאל דוד ראזענבערג הי"ו פון מאנסי, הרה"ח ר' מנחם מענדל יאראסלאוויטש הי"ו פון לעיקוואד, מוה"ר ישראל מנחם מענדל אמסעל הי"ו פון וומסב"ג, מו"ה ישעי' שטערן הי"ו פון מאנטריאל.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי ישראל מרדכי סג"ל שליט"א. שיר המעלות הב' אהרן משה בה"ר יצחק אייזיק לאבין ני"ו פון מאנטריאל, נאכן בענטשן און טיילן פירות האט מען געטאנצן רננו צדיקים און ובאו כולם.

נאכן טיש האבן די בחורים אהיימבאגלייט דעם רבי'ן און נאכגעזאגט דברי תורה אויפן וועג. אנקומענדיג אהיים איז פארגעקומען די שלום זכור-וואכנאכט פון נכד רבינו שליט"א, בן הנולד צו הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבורג שליט"א חדב"ן.

מען האט געזינגן פאסיגע ניגונים, דער רבי האט טועם געווען פון די בונדלעך און געוואונטשן לחיים, דערנאך האט מען אריינגעברענגט די קינד און מען האט געליינט קריאת שמע און המלאך.

 

יום ב' דיום טוב – שב"ק:

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול לאמירת כל ספר תהלים, און פארגעזאגט ביים עמוד.

צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר יעקב אליעזר מערמעלשטיין הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג רבי חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, נאך שמונה עשרה האט דער רבי פארגעזאגט הלל ביים עמוד מיט גרויס התעוררות.

די עליות האבן עולה געווען: כהן הרה"ח ר' משה אשר ראזענבערג הי"ו, לוי כ"ק מרן רבינו שליט"א, שלישי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק', רביעי הרה"ח ר' שלום יחיאל ארגעל הי"ו, חמישי הרה"ג ר' שמשון פויגעל שליט"א, ששי הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבורג שליט"א חדב"ן, שביעי מוה"ר משולם זושא אונגאר הי"ו פון מאנטריאל, אחרון החתן חיים נחום בה"ר נפתלי יודא לייבוש מערמעלשטיין ני"ו און עס איז פארגעקומען די באווארפן.

הגבה הרב ישעי' מאיר קרויס שליט"א פון מאנסי. פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, מפטיר האט עולה געווען הרה"ג ר' איסר נפתלי מערמעלשטיין שליט"א.

דערנאך האט מען געזאגט יזכור, מוסף האט געדאווענט הרה"ג ר' איסר נפתלי מערמעלשטיין שליט"א.

פארן דוכנ'ען האט דער רבי געוואשן גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן, און הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג.

פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' משולם איסר סג"ל לאווי הי"ו פון בארא פארק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו שליט"א, דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנקאות און מכבד געווען חתנו אבי הבן, נאכן ברית האט דער רבי געבענטשט דאס קינד, און די ציבור איז אריבער געבן מזל טוב, און מען האט געזינגן פאסיגע ניגונים.

*

א שטיק צייט שפעטעטר איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים, מיט הגבהת הכוס צו קידוש זענען מכובד געווארן מוה"ר יחיאל אלתר גוטמאן הי"ו פון מאנסי. מיט די זמירות הרב מרדכי קרויס שליט"א פון קרית יואל נכד רבינו שליט"א, מוה"ר דניאל הלל פיליפסון הי"ו פון מאנסי, מוה"ר טובי' סג"ל שווארץ הי"ו פון בארא פארק, יום ליבשה מוה"ר יצחק שמעון אסטרייכער הי"ו פון קרית יואל.

במשכ'ן סעודה האט דער אבי הבן הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבורג שליט"א חדב"ן אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער לכבוד די שמחה. ברהמ"ז על הכוס הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבורג שליט"א חדב"ן, שיר המעלות הב' רפאל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש ני"ו.

נאכן טיש האבן די בחורים אהיימבאגלייט דעם רבי'ן און נאכגעזאגט דברי תורה אויפן וועג, אנקומענדיג אהיים האט דער רבי געוואונטן א 'גוט שבת גוט יו"ט'.

*

נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו.

די עליות האבן עולה געווען כהן הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי הרה"ח ר' הערשל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג, שלישי הרה"ח ר' שמואל דוד גוטמאן הי"ו פון קרית יואל, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א ר"מ ומשפיע בישיבה קטנה תפארת משולם פייש ניו יארק.

דערנאך האט מען זיך געוואשן צו סעודה שלישית ונעילת החג, מיט קידוש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' איסר נפתלי מערמעלשטיין שליט"א.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שלום יחיאל מיכל ארגעל הי"ו, שיר המעלות הב' אלעזר ליפא ב"ר מנחם נחום סג"ל שווארץ ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.

 

מוצאי שב"ק - מוצאי יו"ט:

צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה, הגבהת הכוס צו הבדלה מוה"ר יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו פון קרית יואל, די הבדלה האט געהאלטן מוה"ר אברהם אהרן האניג הי"ו פון בארא פארק.

דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הבאגלייטן, ווי מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות, אנקומענדיג אויפן גאלערי האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש לכל הקהל הקודש, ארומרעדנדיג איבער די סגולת היו"ט, וואו מען דארף מיטנעמען די השפעות אויף ווייטער, זיך מקבל זיין קבלות טובות בלימוד התורה ועבודת התפלה, קדושה וטהרה, זיך האלטן שטארק קעגן די נסיונות הזמן, והבא לטהר מסייעין אותו.

תיכף דערנאך האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות פאר א לענגערע צייט, לויבענדיג דעם אויבערשטן פארן האבן די זכי' צו דערלעבן אזא דערהויבענע יום טוב בצל הקודש. דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם 'מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס'.

 

ויה"ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס!


היכל ביהמ"ד הגדול - ומקום מיוחד של כ"ק מרן רבינו שליט"א - הערליך צוגעגרייט לכבוד חג השבועות


 

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud