מתאחדת - באריכט פון חג הפסח בצל הקודש - עש"ק תזריע-טהרה תשפ"ו #1100

Top Banner

דברות קודש אצל שלחן הטהור

מוצש"ק - ליל ב' דחוה"מ פסח העעל"ט

צו הערן

דברות קודש אצל שלחן הטהור

זונטאג נאכט - ליל ג' דחוה"מ פסח העעל"ט

צו הערן

דברות קודש אצל שלחן הטהור

מאנטאג נאכט - ליל ד' דחוה"מ פסח העעל"ט

צו הערן

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שב"ק פר' שמיני העעל"ט

צו הערן

דרשת הרה"ג ר' מנחם מענדל סג"ל גאלדשטיין שליט"א

מנהל ישיבה קטנה תפארת משולם פייש ניו יארק

ביום ב' דחוהמ"פ - בבית מדרשינו קרית יואל

צו הערן

דרשת הרה"ג ר' ידידי' בלויא שליט"א

ביום ב' דחוהמ"פ - בהיכל ביהמ"ד אברכים

צו הערן

הרה"ג ר' יצחק אייזיק בערגער שליט"א

נכד רביה"ק זי"ע - ומו"ץ - ומגי"ש על קול איחוד

בספה"ק נתיב מצותיך - נתיב אמונה שביל ג' אות י"ד

צו הערן

הרה"ג ר' יואל סאנדער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

על הפרשה - ליל ששי פר' תזריע-טהרה

צו הערן
  • ichud
  • ichud
  • ichud

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

פרייליכע מעלדונג פון איחוד תשב"ר!

בס"ד איז באשטעטיגט געווארן אז דעם קומענדיגן שב"ק פר' אחרי קדושים הבעל"ט, וועלן די טייערע קינדער וועלכע זענען זיך וועכענטליך משתתף אין די חברת תהלים דבתי מדרשינו ארויספארן קיין קריתינו הק', און פראווענען א דערהויבענע שבת איחוד תשב"ר בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

זיך איינצושרייבן צום שבת דארף מען אויספילן דעם בייגעלייגטן אפליקאציע, און איבערגעבן פאר די לאקאלע חברת תהלים גבאים דבתי מדרשינו, ווי אויסגערעכנט אויפן מודעה.

אזוי אויך קען מען זיך פארבינדן צו אלע גבאים אויף קול איחוד טאהש, 718-451-8674, ביים דרוקן 15 פון די מעין מעניו.

לקראת שבת לכו ונלכה!

  • moduos

 

דרוקט אויפן צעטל צו דאנלאודן

 

ישיבה גדולה אור החיים קריתינו הק'

  • moduos

 

ישיבה גדולה תורת משולם פייש ניו יארק

  • moduos

 

כוללי אברכים קריתינו הק'

  • moduos
  • moduos

 

חבורת מזון הנפש

  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos

 

בארא פארק

  • moduos
  • moduos

 

וויליאמסבורג

  • moduos
  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

  • moduos

 

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

לאנדאן

  • moduos
  • moduos
  • moduos

באריכט פון געהויבענעם יו"ט פסח
בצילא דמהימנותא קדישא - ח"א


גאר דערהויבן איז פארריבער די יום טוב פסח בצל הקודש, עס איז נישט מעגליך עס איבערצוגעבן מיט ווערטער, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועלן מיר פרובירן איבערצוגעבן א באריכט ווי ווייט מעגליך.

אריינקומענדיג אין ביהמ"ד הגדול איז געווען הערליך שיין צוגעגרייט הונדערטער נייע ספרים און ספרים שענק, מיט א הערליכע נייע מייסטערהאפטיגע פרוכת פארן ארון הקודש, ווי עס פאסט זיך לכבוד יום טוב, ולכבוד הבית המקדש מעט, להנאת כלל אנשי שלומינו.

 

ליל א' דיו"ט:

פארן זמן הדהל"נ איז דער ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און געצינדן ליכט ביים עמוד און די ליכט לע"נ רביה"ק זי"ע, און די נרות יום טוב.

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעזאגט הלל מיט א גרויסע התעוררות ובקול חוצב להבות אש, וואס האט אריינגעברענגט דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספערע.

נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער דעם רבי'ן וואונטשן 'א גוט יו"ט', און די געסט האבן געהאט די געלעגנהייט צו נעמען שלום.

*

א שטיק צייט נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צו פירן דעם 'סדר' בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, ס'איז געווען מלכות'דיג צוגעגרייט ווי עס פאסט זיך צום סדר נאכט, פארן רבי'ן און פאר אלע אורחים החשובים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די סדר בהרחבה גדולה כיד המלך.

דער רבי האט זיכער געמאכט אז יעדער האט א הגדה, מיט א מצה טאש, און אלע צוגעהערן פארן סדר, געטיילט א מצה שלימה פאר אלע מסובים, און דער רבי האט אנגעהויבן מסדר זיין די קערה מיט די מצות כנהוג.

די עריכת הסדרים ביידע נעכט איז אריבער מיט התעוררות און דערהויבנקייט, ווען במשך די הגדה צווישן איין שטיקל און צווייטן, האט דער רבי משמיע געווען טייטשן און הערליכע פירושים פול מיט חיזוק אמונה און בטחון, זייענדיג מעורר רחמים על אחינו בני ישראל, און דער רבי האט דערציילט די נסים פון יציאת מצרים משולב מיט סיפורים פון די הייליגע צדיקים.

די סימנים האבן די קינדער און אייניקלעך געזאגט, און דער רבי האט יעדעם איינעם מכבד געווען מיט די כיבודים במשך די סדר, ווי אנגיסן די כוסות, און הגבהת הכוסות, עפענען די טיר פאר אליהו הנביא, אנגיסן די כוס של אליהו, און אזוי ווייטער. ביי שלחן עורך האט מען סערווירט א מלכות'דיגע סעודה פאר אלע מסובים, און דער רבי האט זיכער געמאכט אז יעדער האט פון אלעם גוטן.

ביי צפון האט דער רבי געטיילט פארן גאנצן ציבור פון די אפיקומן מצה, און יעדער איז אריבער בעטן משאלות לבם לטובה, און דער רבי האט יעדעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיטן זאגן הלל מיט נשמת מיט גרויס התעוררות און דביקות, וואס איז אריבער גאר דערהויבן.

 

יום א' דיו"ט:

פסוקי דזמרה האט געדאווענט מוה"ר אליעזר דוד קרויס הי"ו חבר הנהלת תלמוד תורה. צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' חיים לייב כהנא שליט"א.

די עליות האבן עולה געווען: כהן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, לוי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, שלישי אדמו"ר מ'זידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, רביעי הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו, חמישי כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, הגבה אויפן ערשן ספר תורה הב' שמעון בהר"ר נחמן כהנא ני"ו תלמיד ישיבה גדולה, גלילה הב' בהר"ר נחמן כהנא ני"ו, נכדי רביה"ק זי"ע.

מפטיר האט עולה געווען רבינו שליט"א, הגבה אויפן צווייטן ספר תורה מוה"ר יחזקאל שרגא סג"ל שווארץ הי"ו.

פתיחה צו טל איז געקויפט געווארן פאר גאר א הויעכע סכום, דורך הרבני הנגיד מוה"ר נפתלי צבי ברוך הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לכבוד כ"ק מרן רבינו שליט"א.

פאר מפטיר האט דער רבי אנגעטון די בעקיטשע און גארטל פונעם הייליגן אפטער רב זי"ע, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע, מיטן קאפל און גארטל פון רבינו הקדוש זי"ע, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף מיטן ניגון המקובל פארן בענטשן טל, פאר הויעך שמונה עשרה האט דער רבי געעפנט די ארון הקודש, מיטשלעפענדיג נאך זיך די גאנצע ציבור איינגעהילט מיט גאר גרויסע התעוררות והשתפכות הנפש.

פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' חיים אלעזר גערטנער הי"ו פון מאנסי.

נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.

*

קורץ נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלה"ט בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים ובני המשפחה, הגבהת הכוס צו קידוש מו"ה אלי' וויינגארטן הי"ו פון קרית יואל.

די סעודה איז פארריבער גאר דערהויבן, דער רבי האט מקרב געווען אלע אורחים החשובים, מען האט געזינגן זמירות לכבוד יו"ט, דער רבי האט פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דב"ק.

ברכת המזון על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי יודא יחיאל גרינוואלד שליט"א חדב"ן. שיר המעלות הב' שמואל בער לייפער ני"ו פון קרית יואל.

 

ליל ב' דיו"ט:

פאר מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלתר משה כהנא שליט"א ר"מ בישיבה קטנה תפארת משולם פייש - ניו יארק בהיכל ביהמ"ד הגדול בעניני דיומא.

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען הרב יוסף צבי קליין הי"ו. דער רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד און דערנאך געזאגט הלל מיט גרויס התעוררות. נאך מעריב איז דער ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש.

וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די סדר נאכט איז אריבער גאר דערהויבן. צו ספירת העומר איז זיך צוזאמגעקומען א גרויסער עולם, און דער רבי האט געציילט ספירה מיט גרויס התעוררות און דערהויבנקייט, און נאך ספירה האט מען זיך ארויס געלאזט אין געהויבענע ריקודין ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה.

 

יום ב' דיו"ט:

צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מו"ה משה לייב (בר"י) סג"ל קרויס הי"ו, שחרית איז צוגעגאנגען הרב אברהם לייב ראזענבוים הי"ו מנהל חברת תהלים.

די עליות האבן עולה געווען: כהן הרב ר' נחמן (באדמו"ר מ'ספינקא) כהנא שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, לוי הנגיד מוה"ר ישראל הערש פריעדמאן הי"ו, שלישי מוה"ר יחיאל מיכל יקותיאל פריעדמאן הי"ו חבר הנהלת ת"ת, רביעי הרה"ח ר' הערש לייב קרויס הי"ו, חמישי הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו. הגבה אויפן ערשטן ספר תורה מו"ה אברהם טרעפ הי"ו, גלילה מוה"ר אהרן מיכאל גבריאל סג"ל קרויס הי"ו.

מפטיר האט עולה געווען מוה"ר יחזקאל שרגא קאהן הי"ו פון מאנסי, הגבה אויפן צווייטן ספר תורה מו"ה חיים שיינער הי"ו פון טאראנטא, גלילה מו"ה משה ראזענצווייג הי"ו.

צו מוסף איז צוגעגאנגען האדמו"ר מ'זידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, נכד רביה"ק זי"ע.

פארן דוכנ'ען האט דער רבי אפגעגאסן די האנט פון גיסו כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און פון הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן, און פון הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן.

פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר ישראל נח ברייער הי"ו פון בית שמש.

נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש.

*

קורץ נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש. מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן מו"ה משה אליעזר וויינגארטן הי"ו פון וומסב"ג.

במשכ'ן סעודה האט דער רבי געטרינקן פון די בארשט, און געטיילט שיריים פאר כל הקהל הקודש פון אלע מאכלים.

פארן בענטשן האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די זרוע לסגולה לזיווג הגון בקרוב. אזוי אויך האט מען געזינגן שושנת יעקב. ברכת המזון על הכוס האט דער רבי מכבד געווען בנו הרה"צ רבי משה סג"ל שליט"א. שיר המעלות הב' שמואל אלחנן ב"ר משה אשר ראזענבערג ני"ו.

 

שבת קודש – א' דחוהמ"פ:

פארן זמן הדלה"נ איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול און געצינדן די נרות שבת.

צו מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, דער רבי האט געדאווענט קבלת שבת ומעריב, דערנאך ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פאר כל הקהל הקודש.

ארום א האלבע שעה נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור. הגבהת הכוס צו קידוש האדמו"ר מ'זידיטשוב פרעמיסלא שליט"א.

מיט די זמירות זענען מכובד געווארן די חשובי פני העדה. מען האט געזינגן די זמירות אויף די ניגונים וואס מען זינגט בשבת שחל ביו"ט.

דער רבי האט געבענטש על הכוס, שיר המעלות הב' שלום בה"ר יואל בער לאבין ני"ו תלמיד ישיבה גדולה. דערנאך האט דער רבי פארטיילט די פירות פאר כל הקהל הקודש, נאך רננו צדיקים האט רבינו שליט״א געווינטשן א גוט שבת.

*

שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו לרגל די בעפארשטייענדן יארצייט פון אמו ע"ה. שחרית האט געדאווענט מוה"ר מרדכי ווידער הי"ו מגבאי ביהמ"ד הגדול, לרגל די יארצייט פון זיין טאטע ע"ה. דער רבי האט פארגעזאגט הלל פארן עמוד.

די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר אליעזר הערש פישער הי"ו משב"ק, לוי הב' ב"ר מוה"ר ישראל הערש פריעדמאן הי"ו, שלישי מוה"ר משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, רביעי מו"ה שלום אלי' ברש"י פעלבערבוים הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, חמישי החתן חיים נחום ב"ר נפתלי יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו, ששי מוה"ר מרדכי ווידער הי"ו, שביעי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו. אחרון מוה"ר שמואל יעקב פעלבערבוים הי"ו.

פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, מפטיר האט עולה געווען רבינו שליט"א, לרגל די בעפארשטייענדן יארצייט פון זקינתו הרבנית הצדיקת זעלדא ז"ל אם רבינו השרף זי"ע, וואס געפאלט אסרו חג.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף. פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר מענדל פריעד הי"ו פון מאנסי.

*

נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש. הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן מוה"ר זיידא ישראל יצחק מאירוביץ הי"ו.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי יצחק אייזיק אלכסנדר ליפא סג"ל שליט"א, בן רבינו שליט"א ור"מ בישיבה גדולה תורת משולם פייש ניו יארק. שיר המעלות הב' טובי' ב"ר ישראל זאב סג"ל שווארץ ני"ו.

*

שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה מוה"ר יואל יוסף טעללער הי"ו פון לאנדאן.

די עליות האבן עולה געווען ראשון מוה"ר חיים משה מאיר סג"ל קרויס הי"ו פון מאנטריאל, שני הרה"ח ר' ישראל הערש פעלבערבוים הי"ו פון מאנסי, שלישי הרה"ח ר' שלמה גוטמאן הי"ו פון קרית יואל. הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה מו"ה חיים אלתר אינדיג הי"ו פון מאנסי.

דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה שלישית בהיכל ביהמ"ד הגדול. מיט קידוש האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר מרדכי ווידער הי"ו מגבאי ביהמ"ד הגדול.

דער רבי האט פארגעזאגט די זמירות מיטן יו"ט'דיגן נוסח, און משמיע געווען דברות קודש.

מיט די זמירות זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' פנחס ברוך האלפערין הי"ו, הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו, הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו, הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק. שיר המעלות הב' יעקב יוסף ב"ר ראובן מנחם שווארץ ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב און דערנאך געמאכט הבדלה. הגבהת הכוס הרה"ח ר' שלמה גוטמאן הי"ו, די הבדלה האט געהאלטן מוה"ר יעקב יחזקי' טויב הי"ו פון קרית יואל.

נאך די סדר הבדלה ופיוטים האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך בחדר הפרטי בביתו נאוה קודש.

 המשך יבוא בעז"ה

  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud