גרויס שפאנונג און אינטערעסע צום ערשטמאליגן היסטארישן יום שכולו תורה
גרויס שפאנונג הערשט ביי כלל תושבי קריתינו הק' צום ערשטמאליגן היסטארישן "יום שכולו תורה" וואס ווערט אפגעראכן אין צוזאמענהאנג פון די גרויסע "התורה כוללת" קאמפיין לטובת די מעכטיגע תורה אימפעריע כולל עטרת תפארת מרדכי דקרית טאהש.
ווי עס איז ברייט באוויסט צווישן כלל אנשי שלומינו, איז אין די לעצטע שטיק צייט אריינגעקומען פרישע כוחות און ענערגיע בין כותלי הכולל, ווען בהורמנא דמלכא איז געשטעלט געווארן א פרישע הנהלה וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלע גשמיות'דיגע איינגעלעגנהייטן אינערהאלב די כולל, און צוגאב אוועקשטעלן די רוחניות'דיגע פעסטונג איף א פיל שטערקערן ניווא ווי ביז היינט.
זינט די געטרייע הנהלה איז אריין אין שוואונג, האבן זיי צום ערשט אריינגעלייגט פיל כוחות אויפצוהייבן די שעצונג און מעלה פון די חשוב'ע בני תורה, ווען צווישן די 4 ווענט פונעם כולל איז געטון געווארן דארסטישע שינויים לטובה וואס זאל צופרידנשטעלן די געטרייע לומדים, ווי העכערן די געהאלט און מייסד זיין פרישע חבורות און פיל נאך.
אבער ווי באוויסט די כלל וואס חז''ל האבן אראפגעשטעלט אז אם אין קמח אין תורה, האבן זיך די געטרייע הנהלה אריינגעווארפן זעהן וויאזוי די פינאנציאלע חלק גייט צו, און נאך דורכנישטערן האט מען זיך אנגעטראפן מיט א גרויסע לאך, סיי פון אנגעזאמעלטע חובות וואס ווי פארשטענדליך געבט דאס צו א התרשלות פאר די ראשי החבורות און די יונגעלייט צוגלייך, און צוגאב דערצו האט מען זיך זיך אויך דערזעהן אן א קלארע לאגיסטישע פלאן וויאזוי צו דעקן די טעגליכע בודזשעט.
אי לזאת האבן די געטרייע וועד ההנהלה באשלאסן ארויסצוקומען צום ציבור מיט א ערטשאמאליגן היסטארישן קאמפיין, וואס זאל הייבן די אויגן ברעמען פון אלע תושבי הקריה, און געבן די געפיל פאר אלע תושבים צוגלייך אז די כולל מוז אנגיין און עס קען נאר אנגיין מיט א ברייטהארציגע שטיצע.
מאת ה' היתה זאת אז די קאמפיין געפאלט הארט בעפאר די יו''ט שבועות, האבן די געטרייע וועד באשלאסן צו צונויפזאמלען אלע תושבים און תומכים צו א ערשטמאליגן מעמד, ווי יעדער זעלבסט וועט זיך שפירן ווי א כולל יונגערמאן, און גלייכצייטיג מאכן די ריכטיגע הכנה לקבלת התורה.
ביי די מעמד וועט אינאיינעם געלערנט ווערן גאנץ סדר מועד אויף א גאר סעפאסטאקירטע סדר וואס וועט ווערן אייינגעטיילט פאר אלע תומכים ולומדי הכולל צוגלייך, און נאכ'ן פילן די מתיקות התורה פון א פעסטע סדר שעות רצופות וועט געפראוועט ווערן א ראש חודש טיש בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א, אויף א עלעגאנטע און רייכע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, ווי אלע חשוב'ע תומכים וועלן באערט ווערן ווי עס פאסט לכבודה של תורה.
צווישן די עסקנים וואס די געטרייע הנהלה האט אוועקגעשטעלט זענען די הכנות אויפן העכסטן ניווא וואס שייך, און די אטמאספערע ביים ציבור שטייגט פון טאג צו טאג, צו זיין פארזיכערט מיט א פלאץ ביים היסטארישן מעמד דורכ'ן זיך אנשליסן מיט'ן קאמפיין.
צו רעזערווירן אייער פלאץ ביים גרויסן מעמד ווענדט אייך צו מו"ה יוסף חיים מארקאוויטש הי"ו 438.365.5344 |