מתאחדת - באריכט פון ל"ג בעומר בצל הקודש - דינסטאג בה"ב תשפ"ה #952

Top Banner
  • parnes
  • ads

דברות קודש מלהבת אש

אצל מעמד הדלקה ליל ל"ג בעומר תשפ"ה

צו הערן

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שבת קודש פרשת תזריע-טהרה תשפ"ה

צו הערן

שיחות קודש

מוצש"ק תזריע-טהרה תשפ"ה

צו הערן

באריכט פון ל"ג בעומר בצל הקודש


 

"אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו בהילולא דבר יוחאי", דאס זענען די התרגשות'דיגע געפילן פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאט די זכי' זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר, אנגעהויבן מיט די אמירת כל ספר תהלים דאנערשטאג נאכמיטאג גרויס התעוררות ביים ציון הקדוש, און שפעטער תפילת מנחה מעריב און פייערדיגע ספירה ציילן פון רבינו שליט"א, דערנאך די גרויסארטיגע מעמד ההדלקה במקהלות עם רב, די שיסן פייל און בויגן, נאכפאלגענדיג מיט די געהויבענע שלחן הטהור לכבוד התנא אלקי, און דערנאך די דערהויבענעם שבת קודש, ווי א גרעסערע טייל פון די געסט זענען שוין פארבליבן און מיטגעהאלטן א שבת ביים רבי'ן.

*

נאכמיטאג איז דער רבי ארויס צום ציון הקדוש פון רבינו הקדוש זי"ע ברוב עם, אויסצוזאגן גאנץ ספר תהלים לפעול דבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט, בזכותו הגדול פונעם הייליגן תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.

דער רבי האט זיך אנגעלאנט אויפן ציון הקדוש פאר עטליכע מינוטן, דערנאך געצינדן לעכט לכבוד התנא אלקי, און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.

נאכן ענדיגן גאנץ ספר תהלים, האט מען געזאגט די יהי רצון וי"ג מדות של רחמים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער הייליגער צדיק רביה"ק זי"ע פלעגט שטענדיג צו זאגן אז רבי שמעון איז דא מיט אונז, האט מען זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס, השפעות טובות ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.

*

במשך די נאכמיטאג שעות האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך בחדרו הפרטי א לענגערע צייט, אלע אורחים החשובים, צווישן אנדערע זענען אריין אל הקודש פנימה תלמידי ישיבתינו הק' "תפארת משולם פייש" אין ניו יארק, בראשות דער משגיח הרה"ג רבי מנחם מענדל סג"ל גאלדשטיין שליט"א, אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבה שליט"א, וואו די בחורים זענען אריבער געגאנגען שלום נעמען, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בגודל סגולת הזמן.

*

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה מעריב בהיכל הכוללים, צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען צום עמוד הרה"ג ר' יואל גאנדעל שליט"א, ר"מ בישיבה"ק תפארת משולם פייש אין ניו יארק, דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעציילט ספירת העומר מיט גרויס התעוררות.

תיכף נאך מעריב איז דער גאנצע ציבור ארויס צום שטח ההדלקה, ברחבת בניני מוסדותינו הקדושים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען א ריזן ציבור אנשים נשים וטף, תושבי קריתינו הק' און הונדערטער אורחים החשובים, די רבנים הגאונים שליט"א אויפן בימת הכבוד פארנט פונעם בנין ביהמ"ד הגדול, די זקני העדה ביי די ספעציעלע דעזיגנירטע פלעצער אונטערן אויבן אן, ווי אלע פלעצער זענען בליץ שנעל פיל געווארן מקצה אל הקצה, די פארענטשעס פון אברכים ובחורי חמד תלמידי ישיבותינו הקדושות, און קעגן איבער די פארענטשעס פון ילדי תשב"ר, און די גאנצע חלל השטח.

דער רבי איז ערשינען אויפן שטח הדלקה און ארויף אויפן בימת הכבוד, און מען האט געזינגען ווארימע ניגונים מיט גרויס התעוררות און דביקות פאר א לענגערע צייט, אנגעפירט דורך די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו. 

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בלהבת אש, איבער די גרויסקייט פונעם היינטיגן טאג, און מעורר רחמים געווען למען הכלל והפרט, זאגענדיג אז דער הייליגער תנא רבי שמעון איז געווען די נשמה פון משה רבינו, משה רבינו האט אריינגעשיינט אין אידישע קינדער די כח הדעת, רבי שמעון האט מיט די ספר הזוהר אריינגעשיינט אין אידישע הערצער, וואס די כח באגלייט אונז עד היום הזה.

די וואכעדיגע סדרה זעהט מען אין די פרשה אמור אל הכהנים בני אהרן ואמרת אליהם לנפש לא יטמא בעמיו, זאגט רש"י הקדוש די דאפעלטע לשון איז, להזהיר גדולים על הקטנים. זאגן די ספרים הק' אז 'גדולים' איז מרמז אויף די צדיקים וואס במיתתן זענען זיי 'גדולים' יותר מבחייהן, זיי טוען ארויפשיינען אויף אונז, אז לנפש לא יטמא בעמיו, בעמיו ווייזט אויף גחלים עוממין, די נשמות וואס זענען נעבעך פארשלאפן, אין די שווערע נסיונות הזמן, שיינען די צדיקים ארויף אויף אונז, אז לא יטמא, מען זאל נישט פארפאלן ווערן, מען זאל זיך נישט אויסלעשן, מען זאל זיך ווייטער קענען האלטן הייליג אינעם גלות, טראץ די שווערע נסיונות אין די ביטערע גלות. די מתנה האט מען געגעבן פארן הייליגן תנא, ביומא דהילולא דילי', ער זאל קענען ארויפשיינען אויף אונז, זיך צו האלטן שטארק אינעם גלות, ביז מען וועט זוכה זיין צום גאולה השלימה.

מען זעהט אין אדרא, פאר רבי שמעון בר יוחאי איז נסתלק געווארן, האט ער געמאכט א רינג פון די חבריא קדישא, און מגלה געווען די סתרי תורה. דעמאלטס האט ער געזאגט די פסוק 'הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד כי שם צוה ה' את הברכה חיים עד העולם'. וואס איז געווען די פשט, נאר דאס קומט צו ווייזן פאר אונז, וויאזוי וועלן אונז זיך קענען האלטן אין די שווערע גלות, נישט אריינגעשלעפט צו ווערן אין די גלי הים פון די נסיונות הזמן, האט ער געמאכט א רינג, וואס דאס איז געווען זיך צו באשיצן פון די חיצונים און שלעכטע כוחות, האט ער אונז געוואלט ווייזן אז מען דארף זיך מאכן א רינג, פון גדרים וסייגים, וואס נאר אזוי וועט מען זיך קענען האלטן, דורך די גדרים וסייגים, און דורך זיך האלטן צוזאמען באחדות, דעמאלטס וועט זיין "כי שם צוה ה' את הברכה חיים עד העולם", דורך די כח הרבים פון א כלל ישראל וואס האלט זיך צוזאמען, און מען היט אפ די תורה הק' מיט א שטארקייט, דאס היט אונז אפ פון אלע שלעכטע כוחות החיצונים וסט"א זיי זאלן נישט קענען צוקומען צו אונז.

רבינו הקדוש זי"ע האט אויפגעשטעלט די שטאט, מיט די כח פון די צדיקים, די תלמידי בעש"ט הק' זי"ע, וואס נאר מיט זייער כח קענען אונז אנגיין ביז ביאת המשיח, מיט איין ציל, אז מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט א אפגעהיטנקייט, מיט גדרים וסייגים ווי אזוי זיך אויפצופירן, בצניעות, בקדושה ובטהרה, און מיט א אחדות. מיט דעם כח וועט די סטרא אחרא און מקטריגים נישט קענען אריינקומען ביי אונז. 'הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים', ווי שיין איז אז מען האלט זיך צוזאמען, אזוי ווייט אז 'גם יחד', דער הייליגער באשעפער זאל אויך אריינקומען צווישן אונז. און ח"ו טאמער טוט מען ברעכן א תקנה, האט מען א גרויסע אחריות, וויבאלד מען לערנט זיך ח"ו אפ איינער פונעם אנדערן, נאר מען דארף טראגן א אחריות אז די שכינה הק' זאל רוען צווישן אונז. און מיט דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות, געזונט פרנסה און נחת פון די קינדער, ביז מיר וועלן זוכה זיין צום ביאת גואל צדק, בב"א.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה והתעוררות, דער רבי האט צוגעטרעטן צום מקום ההדלקה צו גיסן די שמן משחת קודש, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, צו גיסן די אויל. 

די זכות יציקת השמן איז געקויפט געווארן פאר הרה"ח הישיש ר' הערש לייב וויינבערגער שליט"א, דורך בניו ונכדיו החשובים, און די זכות הדלקה איז געקויפט געווארן פאר הרה"ח ר' שלמה בלעקמאן שליט"א דורך משפחתו החשובה.

דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה לכבוד התנא אלקי, בשעת די גאנצע ציבור הייבט זיך אין פייערליכע ריקודין עילאין, דערנאך איז דער רבי צוריקגעגאנגען על מקומו אויפן בימת הכבוד, און זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין פאר א לענגערע צייט. דערנאך האט מען געזינגען די פיוטי בר יוחאי ואמרתם כה לחי, און הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגן 'אמר רבי עקיבא', און די ריקודין עילאין וניגוני שמחה האבן אנגעהאלטן פאר א לענגערע וויילע טאנצענדיג מיט א התלהבות דקדושה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

דערנאך האט דער רבי געשאסן פייל און בויגן אויף אלע זייטן כנהוג.

 

 


בילדער פונעם מעמד הדלקה


 

די ציבור ביי מנחה מעריב

  • mamudim

 

די בימת הכבוד

  • mamudim

 

זקני ונכבדי העם ביי די ספעציעל דעזיגנירטע פלעצער

  • mamudim

 

די פילקעפיגע ציבור ביים מעמד ההדלקה

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

ריקודין עילאין לכבוד התנא אלקי

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

ח"י רוטל משקה צוגעשטעלט דורך קרן חתנים שע"י ישיבה גדולה

  • mamudim

 


באריכט פונעם שלחן הטהור

משולב עם סיום מס' שבועות במסגרת חבורת מזון הנפש


 

נאכן מעמד הדלקה איז דער ציבור אריין אין ביהמ"ד הגדול און זיך געוואשן צום סעודת הילולא קדישא, משולב מיטן סיום מס' שבועות, וועלכע איז געלערנט געווארן דורך די הונדערטער חברי חבורת מזון הנפש דקהלתינו הק', וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה לכבוד היום. במשכ'ן סעודה האבן די מקהלות המנגנים מהנה געווען בשירה ובזמרה לכבוד היום.

דער רבי האט געצינדן די ליכט און זיך געוואשן צום שלחן הטהור. נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים, און פארטיילט שיריים.

כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א האט געמאכט די סיום אויף מס' שבועות והתחלת מס' עבודה זרה במסגרת חבורת מזון הנפש, תיכף נאך קדיש האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין נלהבים לכבוד שמחת התורה, און א ספעציעלן טאנץ מיטן פטרון החבורה אב"ד קלוזש שליט"א.

שפעטער האט דער רבי מכבד געווען פארצוזינגן די פיוטי היום, הרה"צ רבי יצחק אייזיק פיש שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, הרה"ג ר' חיים לייב כהנא שליט"א, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פייערדיגע ריקודין אויף אמר רבי עקיבא פאר א לענגערע צייט, הייבנדיג די גאנצע ציבור מיט התרוממות הנפש.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת הקהלה ותומך חבורת מזון הנפש, שיר המעלות הב' אלחנן טייטלבוים ני"ו.

 


בילדער


 

די אויבן אן ביים שלחן הטהור

ווערט געזען הנגיד הטפסר אב"ד קלוזש שליט"א פטרון החבורה

  • mamudim
  • mamudim

 

די ציבור ביים שלחן הטהור

  • mamudim

 

ברהמ"ז על הכוס
ע"י הרה"ח הנגיד ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א
חבר הנהלת הקהלה ותומך חבורת מזון הנפש

  • mamudim

 

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי!

  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech