שבת קודש פר' בא בצל הקודש
א האלבע שעה פארן זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי די ילדי איחוד תשב"ר זענען געווען פארזאמעלט, די קינדער זענען אריבער געבן שלום פארן רבי'ן. דער רבי האט געצינדן דעם נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע, די לעכט ביים עמוד, און די נרות שבת, און דערנאך געזאגט שיר השירים.
צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת, נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער דעם רבי'ן וואונטשן 'א גוט שבת'.
ביים שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול, איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש העסקן הדגול מוה"ר אהרן הכהן פיקסלער הי"ו פון וומסב"ג.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הרב חיים יקותיאל האלפערט שליט"א קרית יואל, הרב שמעון האלבערשטאם שליט"א מנהל חברת תהלים דבית מדרשינו מאנטריאל, הרה"ח ר' חיים יושע ארי' גאלדבערגער הי"ו פון מאנסי, מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו פון מאנטריאל, הרב יושע ראזענבוים שליט"א פון וומסב"ג.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען בדברות קודש.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל, שיר המעלות הב' שמעון גאלדבערגער ני"ו פון מאנסי. שבח נותנים העסקן הדגול מוה"ר אהרן הכהן פיקסלער הי"ו.
נאכן בענטשן האט דער רבי געטאנצן מיט החתן יואל זוסמאן מערץ ני"ו תלמיד ישיבתינו הק', און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכור פון בן מו"ה יושע גאנץ הי"ו, דער רבי האט טועם געווען פון די בונדלעך, און געטיילט שיריים פארן בעל שמחה, און געוואונטשן לחיים וברכת קדשו.
נאכן טיש האבן די בחורים אהיימבאגלייט און נאכגעזאגט דברי תורה אויפן וועג, אנקומענדיג פארנט פון ביתו נאוה קודש האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת פאר כל הקהל הקודש.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר מאיר סג"ל קרויס שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', שחרית האט געדאווענט הר"ר חיים סג"ל קרויס שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'.
די עליות האבן עולה געווען: כהן העסקן הדגול מוה"ר אהרן הכהן פיקסלער הי"ו, לוי הר"ר חיים סג"ל קרויס שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', שלישי הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, רביעי הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל, חמישי מוה"ר בנציון געללער הי"ו פון מאנטריאל, ששי הרבני הנגיד ר' נתן פייטל פאשקעס הי"ו פון מאנטריאל, שביעי מו"ה יעקב שאול הערשקאוויטש הי"ו, הוספות מו"ה יושע גאנץ הי"ו, מו"ה משה יואל וויינבערגער הי"ו דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, אחרון מו"ה טובי' גדלי' לעפקאוויטש הי"ו פון מאנטריאל. פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, מפטיר האט עולה געווען הב' הבר מצוה בן מוה"ר ישעי' לייב אייזנער הי"ו. הגבה מוה"ר מרדכי ארגעל הי"ו, גלילה הב' שמעון ני"ו בן מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל. פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' יושע וויינבערגער הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון בן הר"ר חיים סג"ל קרויס שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מכבד געווען די זיידע הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, און מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א מיט אמירת הברכות וקריאת השם.
נאך קדיש האט דער רבי געבענטשט די קינד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן בעל שמחה און די זיידע'ס ובני משפחה.
*
שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה ואורחים החשובים און ילדי איחוד תשב"ר בהיכל הכוללים. מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן העסקן מוה"ר יואל בר"ש גוטמאן הי"ו מנהל חברת תהלים קרית יואל. אז ביום השביעי מוה"ר חיים ראטטענשטיין הי"ו מנהל חברת תהלים מאנסי.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' נתן פייטל פאשקעס הי"ו פון מאנטריאל, שיר המעלות הב' טובי' סג"ל שווארץ ני"ו.
נאכן טיש האבן די בחורים אהיימבאגלייט און נאכגעזאגט דברי תורה אויפן וועג. אנקומענדיג אהיים האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת.
*
שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה מוה"ר ברוך גאלדשטיין הי"ו, די עליות האבן עולה געווען ראשון מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו פון מאנטריאל, שני מו"ה ישכר בער לייפער הי"ו, שלישי הרה"ח ר' חיים פנחס צוויבל הי"ו, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה הב' אליעזר ני"ו בן מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו.
קידוש ביי סעודה שלישית אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג איבער עניני גאולת מצרים, הקריאה מעורר הזמן ממשיך צו זיין א אייגענע גאולה פרטי, וויאזוי, דורכ'ן בייקומען דעם יצר הרע שבלב, דורך די מדה פון יוסף הצדיק, בקדושה ובטהרה, וואס אין דעם זכות איז מען ארויס פון מצרים.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: מוה"ר שמעון סג"ל קרויס הי"ו פון קרית יואל, הרה"ג ר' איסר נפתלי מערמעלשטיין שליט"א, הר"ר ישעי' סג"ל קרויס שליט"א מנהל ת"ת, הרה"ח ר' לוי יצחק ליימזידער הי"ו פון וומסב"ג.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, שיר המעלות הב' שרגא פייוול שווארץ ני"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב. נאך מעריב איז פארגעקומען קידוש לבנה בחצר בית מדרשינו הגדול. נאך קידוש לבנה איז די ציבור אריבער דעם רבי'ן וואונטשן א גוטן חודש.
הגבהת הכוס צו הבדלה איז מכובד געווארן העסקן מו"ה יצחק שמואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל, די הבדלה האט געהאלטן העסקן מו"ה אלעזר ראטטענשטיין הי"ו פון בארא פארק.
דער רבי האט דערציילט שיחות קודש פונעם הייליגן רבי ר' זושא זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.
קורצע באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין ניו יארק
זונטאג פר' בשלח נאכמיטאג איז דער רבי געפארן אויף א קורצע באזוך קיין ניו יארק. דער רבי האט געדאווענט תפילת מנחה בבית האכסניא אין וומסב"ג, פארן עמוד האט געדאווענט החתן מאיר יצחק פישער ני"ו משב"ק.
מעריב האט דער רבי געדאווענט בבית הרבני הנגיד מוה"ר אברהם אשר זעליג מאירוביץ הי"ו, בן הרבני הנגיד ר' דוד מאירוביץ הי"ו, מגדולי תומכי מוסדותינו הק'.
*
מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשינו תפארת משולם אין וויליאמסבורג, פארן עמוד האט געדאווענט מוה"ר ישראל זאב סג"ל שווארטץ הי"ו. ביי קריה"ת איז געווען בעל קורא הר"ר יעקב יחזקי' גרינבוים שליט"א. די עליות האבן עולה געווען כהן הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו, לוי רבינו שליט"א, שלישי הרבני הנגיד ר' אלכסנדר גאלדבערגער הי"ו. הגבה הרב אלתר אלכסנדר ליפא לאבין שליט"א, גלילה מו"ה אלעזר ליפא וויינגארטן הי"ו.
נאכן דאווענען איז די ציבור אריבער געבן שלום פארן רבי'ן.
נאכמיטאג איז דער רבי געפארן קיין בארא פארק, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה אין די נייע הויז פון הרבני הנגיד ר' מנחם זאב גאלדבערגער הי"ו, בן הרבני הנגיד ר' יעקב משה הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט תפילת מנחה מעריב, פארן עמוד האט געדאווענט זיין שווער הרה"ח ר' משה אהרן מאשקאוויטש הי"ו, מחשובי אנ"ש בארא פארק.
ביינאכט האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת הנישואין פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב שליט"א.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגל הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק', ווי עס איז פארגעקומען קבלת קהל.
דערנאך האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי שמחת הוואכנאכט פון בן הנגיד ר' משה שמעון בינעטה הי"ו מתומכי מוסדותינו הק'. דער רבי האט געמאכט א לחיים, געליינט קריא"ש כנהוג, און געוואונטשן ברכת קדשו.
שפעטער האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת הנישואין פון החתן בן מוה"ר יוסף חיים סג"ל קרויס הי"ו יו"ר ועד קרן הבנין דבית מדרשינו. דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ, דערנאך מיטן חתן, מחותנים, און די זיידע'ס ובני המשפחה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
*
נעכטן דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו תפארת משולם אין וויליאמסבורג, פארן עמוד געדאווענט הרה"ח ר' משה שמעון פעלבערבוים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפשערן פון בן מו"ה שלמה מרדכי וואסערמאן הי"ו, חתן העסקן הדגול מוה"ר אהרן הכהן פיקסלער הי"ו מנהל חברת תהלים. דער רבי האט אפגעשוירן די האר, אנגעטון קאפל און ציצית, און געבענטשט די קינד, און ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן און בני משפחה.
אויך איז פארגעקומען א אסיפה בבית מדרשינו, איבער די ווייטערדיגע הרחבת גבולי הקדושה דקהלתינו הק' אין שטאט.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א. עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס, דער רבי האט שואל געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן.
שפעטער איז דער רבי אריבער אין שטוב פון אלמנת הרבני הנגיד ר' מנחם מענדל ליפא יושע סג"ל קרויס ז"ל מראשי קהלתינו הק', צום בעפארשטייעדן יארצייט קומענדיגן עש"ק הבעל"ט, וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חשובע אלמנה ובני המשפחה שיחי'. |