צווייטע טעג יו"ט סוכות בצל הקודש
"השיר והשבח לחי עולמים". אט דאס זענען די ווערטער וואס ליגן אויף די לעפצן פון כלל אנשי שלומינו, דאנקנדיג און לויבנדיג דעם בורא כל עולמים אז מען האט זוכה געווען מיטצולעבן אזא הייליגע לעכטיגע צווייטע טעג יום טוב, בצילא דמהימנותא קדישא פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, בקרית מלך רב אין קריתינו הקדושה, וועלכע איז פארריבער גאר אויסטערליש הייליג און דערהויבן, גאנצע פיר טעג, חטיבה אחת פון קדושה און התרוממות, אנגעהויבן פון ליל הושענא רבה, די קריאת משנה תורה און דערהויבענע שלחן הטהור, דערנאך די אמירת תהלים ברוב עם, די דערהויבענע תפילות מיטן נוסח ימים נוראים, די התעוררות'דיגע הלל און הושענות פארגעזאגט דורך מרן רבינו שליט"א, מיט פארגיסנדע בכיות מרעיש עולמות צו זיין לטובת כלל ישראל.
און דערנאך שמיני עצרת און שמחת תורה, די שפיץ פונעם יום טוב, ווען רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די עבודת ההקפות מיט געהויבענע ריקודין אינעם חלל הביהמ"ד לויטן נייעם מאיעסטעטישן אויסשטעל, וינועו אמות הסיפים ווי די גאנצע ביהמ"ד האט זיך ממש געהויבן אין די לופטן, עס האט זיך געטאנצן פון זיך אליינס, די גאנצע ציבור זקנים עם נערים זיך פרייענדיג בשמחת התורה, ובפרט ליל שמחת תורה ווען רבינו שליט"א האט אפגעשטעלט די הקפות און משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש. דערנאך די שבת קודש פר' בראשית, די תפילות און טישן, די תהלים שבת אינדערפרי, און דערנאך די נעילת החג טיש שבת נאכמיטאג געציילטע שעות פארן ארויסגיין פונעם יום טוב, נאכפאלגענדיג מיטן מעמד הבאגלייטן וברכת הקודש, ווען רבינו שליט"א האט אנגעוויזן וויאזוי מיטצונעמען די יום טוב ווייטער פארן גאנצן יאר, ומה נהדר הי' מראה כהן בצאתו בשלום מן הקדוש.
נאכן זוכה זיין צו פראווענען די יום טוב בצל הקודש זענען אנשי שלומינו מרגיש אז מען האט זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס, די נשמות זענען אנגעזעטיגט, און ס'איז שווער זיך צו געזעגענען פון אזא יום טוב, די שפראכלאזע התרגשות פון התרוממות און שמחה וחדוה עילאה, איז נישט מעגליך אראפצוגעבן אדער אויסצומשל'ן, "שמחת תורה אין טאהש" בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, אלפי תלמידים וחסידים מבכל מקומות מושבותיהם, תחת צילא דמהימנותא קדישא פון מנהיג עדתינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, מען האט ממש געשפירט אין די לופטן אז רבינו הקדוש זי"ע איז דא צווישן אונז, ווי רבינו שליט"א חזר'ט כסדר איבער, און מען האט זיכער אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס.
ליל הושענא רבה:
בשעה 6:40 פארנאכטס איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ומעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, צום עמוד איז צוגעגאנגען צו מנחה הרב אברהם לייב ראזענבוים הי"ו, מעריב הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל שליט"א. תיכף נאך מעריב האט מו"ה מאיר סג"ל קרויס הי"ו פארגעליינט קריאת משנה תורה.
נאך משנה תורה האט דער רבי מעביר סדרה געווען פרשת וזאת הברכה בחדרו הפרטי. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט אושפיזא דדוד, אין די גרויסע סוכה. די טיש איז אריבער גאר דערהויבן, עס האבן זיך שוין אנגעזעהן די הונדערטער געסט פון אומעטום וועלכע זענען געקומען מיטצוהאלטן די דערהויבענע צווייטע טעג יום טוב בצילא דמהימנותא.
דער רבי האט געצינדן ליכט, זיך געוואשן צו די סעודה, געטיילט שיריים פון אלע מאכלים, אזוי אויך האט דער רבי געטיילט שיריים פון די פילע קוגלען פון די בעלי האושפיזין. במשכ'ן טיש האבן די מקהלת המנגנים אנגעפירט מיט די ניגונים, און געזינגען ספעציעלע ווארימע ניגונים וואס מען זינגט אין די ימים נוראים.
מיט די 15 שיר המעלות לשמחת בית השואבה זענען מכובד געווארן אנשים מכובדים ואורחים חשובים, צווישן אנדערע: הרה"ח ר' שלמה גוטמאן הי"ו פון בארא פארק, הרה"ח ר' הערשל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' ישראל אברהם סג"ל קרויס הי"ו מראשי קהלתינו הק' וויליאמסבורג, הרה"ח ר' אלעזר עקיבא בינעטה הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר מאיר ארגעל הי"ו פון בארא פארק, מוה"ר יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו מראשי קהלתינו הק' וויליאמסבורג, מו"ה אהרן קרויס הי"ו פון קרית יואל, מו"ה אלי' מאיר פיש הי"ו פון וומסב"ג, מו"ה יוסף גראד הי"ו פון מאנטשעסטער, הרה"ח ר' מנחם מענדל יאראסלאוויטש הי"ו פון בארא פארק, מוה"ר יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו גבאי בית מדרשינו קרית יואל, מוה"ר יואל חיים גאלדבערגער הי"ו פון וומסב"ג, העסקן הדגול מוה"ר ברוך צבי נוסנצווייג הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר יואל בנציון סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר אלי' מאיר גאלדבערגער הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר משולם פייש פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר יואל סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו, מראשי קהלתינו הק' קרית יואל. שיר המעלות הב' אלימלך סג"ל ראטמאן ני"ו.
תיכף נאכן טיש ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת כל ספר תהלים אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט פארגעזאגט ביים עמוד, און נאך תהלים האט דער רבי געזאגט קדיש און געוואונטשן א גוט יום טוב.
יום הושענא רבה:
הו"ר אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בשעה 9:30 בהיכל ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה און שחרית, מיט די נוסח פון ימים נוראים. און דער רבי האט פארגעדאווענט הלל, און געפראוועט די עבודת הנענועים מיט גרויס התעוררות, ווען מען האט געזינגען די ניגונים הנהוג בחצרות קדשינו. נאך הלל האט מען געזאגט די הושענות, דער רבי האט פארגעזאגט בקול בכי מיט גרויס התעוררות און ארומגעגאנגען די בימה, ווען צווישן יעדע הושענא האט דער רבי געבלאזן די תקיעות, אלץ בעלי מקריא זענען מכובד געווארן: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א, אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הרה"צ רבי יחזקאל שרגא סג"ל לאווי שליט"א, הרה"ג רבי אלעזר דוד קאהן שליט"א מו"ץ בקריתינו הק'.
פארן בלאזן האט הרה"ח הישיש ר' הערש לייב וויינבערגער הי"ו איבערגעגעבן די שופר פארן רבי'ן. בשעת'ן בלאזן האבן געהאלטן די ד' מינים פונעם רבי'ן, הנגידים תומכי מוסדותינו הקדושים, הלוא המה: הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל, הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגעל הי"ו פון מאנסי, הרה"ח ר' ישראל צבי מאירוביץ הי"ו פון בארא פארק, הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק', הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, הנגיד מוה"ר אלי' מאיר ברי"מ גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל, הרה"ח ר' שמואל משה מנחם סאנדעל הי"ו פון קרית יואל.
נאך די פיוטי הושענות האט מען געזינגען קדיש תתקבל, און פאר תתקבל האט מען געקלאפט די הושענות כנהוג.
ביים ליינען האבן עולה געווען: כהן הנגיד מוה"ר ישראל אלי' ברוך ענגעל הי"ו, לוי הרה"ח ר' ישראל אברהם סג"ל קרויס הי"ו, שלישי הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו, רביעי הרה"ח הישיש ר' הערש לייב וויינבערגער הי"ו. הגבה מוה"ר משה פנחס מאירוביץ הי"ו פון וומסב"ג, גלילה מוה"ר זיידא ישראל יצחק מאירוביץ הי"ו.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד מוה"ר יוסף חיים סג"ל קרויס הי"ו מראשי קרן הבנין דקהלתינו הק' קרית יואל, פארן דוכנ'ען האט דער רבי אפגעגאסן די כהנים כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הרבני הנגיד ר' ישראל ענגל הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' הערשל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג.
נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.
*
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בהיכל הסוכה הגדולה, צווישן די זמירות זענען מכובד געווארן הרה"ח ר' הערשל סג"ל שווארץ הי"ו, מוה"ר משה גליק הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר משה דוד יאקאבאוויטש הי"ו פון בארא פארק.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב שאול ראטטענשטיין הי"ו פון וומסב"ג, שיר המעלות הב' בנציון קאהן ני"ו פון וומסב"ג.
נאכמיטאג האט דער רבי געמאכט די עירוב תבשילין.
ליל שמיני עצרת:
ליל שמיני עצרת איז כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב.
תיכף נאך מעריב האט דער רבי אנגעהויבן מיט א קול חוצב להבות אש 'אתה הראית לדעת, כי השם הוא האלוקים, אין עוד מלבדו', און דערנאך די ווייטער'דיגע נוסח, מיט די נעימות'דיגן ידיד נפש און אדון הכל, און אריינגענומען דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספערע, און דערנאך האט מען מכבד געווען רבני ודייני קהלתינו הק', און נכדי רבינו הקדוש זי"ע, מיט א ספר תורה.
נאכן זאגן די סדר הקפות, האט דער רבי אנגעהויבן די עבודה נשגבה פון די ריקודים, טאנצענדיג מיטן ספר תורה פון רבינו הקדוש זי"ע, ארומלויפנדיג די חלל הביהמ"ד ארום און ארום, און דערנאך ביי יעדע זייט עקסטער, בשעת דער גאנצע עולם הייבט זיך אין די לופטן בשמחת התורה, מיט די נייע אויסשטעל אריינצונעמען די גאנצע ציבור ימה וקדמה צפונה ונגבה, די בחורי חמד תלמידי הישיבות פון די הויעכע פארענטשעס אויף מזרח זייט, און די אברכים ובעלי בתים פון די הויעכע פארענטשעס אויף מערב זייט, און די ילדי תשב"ר אויף דרום זייט, און ביי די צפון זייט פון ביהמ"ד די חשובי העדה אויפן ספעציעלן פלאטפארמע, און אינמיטן פון ביהמ"ד איז געווען די ריזיגע חלל ווי דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין, וינועו אמות הסיפים, עס איז נישט דא די ריכטיגע ווערטער וואס זאלן דאס קענען ארויסברענגן און באשרייבן, וואויל פאר אונז אז מיר האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן אזעלכע דערהויבענע הקפות, און מען האט זיכער אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס, ואשרי עין ראתה כל אלה.
די ניגונים במשך די הקפות האט אנגעפירט הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל. די צאן קדשים זענען געווען אונטער די אויפזיכט פון די געטרייע עסקנים ומלמדים מוה"ר יואל בר"ש גוטמאן הי"ו פון קרית יואל, מו"ה יצחק שמואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל, מו"ה יעקב דוב כהן הי"ו פון בארא פארק, ובראשם מו"ה יעקב יצחק יואל וויינגארטן הי''ו פון קרית יואל.
אינמיטן די הקפות האט דער רבי מכבד געווען גיסיו כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א, צו טאנצן מיט די ספר תורה אין די רינג.
נאך די הקפות האט מען צוגעענדיגט עלינו לשבח, און דער האט רבי געוואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש.
*
בערך א האלבע שעה נאך די הקפות איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט בהיכל הכולל, אינאיינעם מיט די אורחים החשובים. הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן מוה"ר אברהם פנחס פעלבערבוים הי"ו פון בארא פארק.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת פריידל ז"ל בת הרה"ק רבי יצחק אייזיק מ'סוואליווע זי"ע, מחברתו הטהורה פון רבינו הסב"ק זיעועכ"י. הגבהת הכוס מו"ה יואל שרגא גאנדל הי"ו משמש נאמן דבית מדרשינו מאנטריאל.
נאכן בענטשן האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש.
יום שמיני עצרת:
אינדערפרי איז דער רבי צוגעגאנגען צו אלע תפילות לרגל די יארצייט. פתיחה צו תפלת גשם איז געקויפט געווארן פאר רבינו שליט"א, פאר א אסטראנאמישע סכום, דורך הנגיד מוה"ר אלי' מאיר ברי"מ גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל, דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ווארימע ברכות לרוב.
די עליות האבן עולה געווען: כהן הב' מאיר יצחק פישער ני"ו משב"ק, לוי הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו, שלישי מוה"ר יואל דויד לייפער הי"ו מהנהלת קהלתינו הק' פון קרית יואל, רביעי הרה"ח ר' חיים פנחס צוויבעל הי"ו מגבאי ביהמ"ד הגדול , חמישי הנגיד מו"ה אלי' מאיר ברי"מ גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל.
פאר מפטיר האט דער רבי אנגעטון די בעקיטשע פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע, און די קאפל און גארטל פון רבינו הקדוש זי"ע, און עולה געווען מפטיר.
נאך יזכור איז דער רבי צוגעגאנגען צו מוסף, מען האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות, און מען האט געזינגען די מקובל'דיגע ניגונים. פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' משולם איסר סג"ל לאווי הי"ו פון בארא פארק.
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די עבודת ההקפות כנהוג, פארגעזאגט אתה הראית, ארומגעגאנגען די בימה זיבן מאל פארזאגענדיג די נוסח הקפות.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום תפילת מנחה.
*
תיכף דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום קידוש לע"נ זקנתו הרבנית הצדיקת ז"ל אין היכל הסוכה הגדולה, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע קידוש פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט געמאכט קידוש, טועם געווען פון די קוגל און פערפעל, געטיילט שיריים פאר אלע נאספים, און מען האט געזינגען ווארימע ניגונים. הגבהת הכוס צו קידוש הנגיד מוה"ר אלי' מאיר גאלדבערגער הי"ו.
בערך 20 מינוט שפעטער איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה און געמאכט קידוש צום סעודה, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יעקב שלמה גרינוואלד הי"ו פון קרית יואל, דער רבי האט זיך געוואשן, און געטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און מען האט געזינגן ניגונים לכבוד יום טוב.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען בנו הרה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, ר"מ בישיבתינו הק' תפארת משולם פייש. שיר המעלות הב' משה ב"ר יואל בער מאנדל ני"ו פון לאנדאן.
נאכן בענטשן האט מען זיך געזעגנט פון די סוכה, דער רבי האט פארגעזאגט די יהי רצון, אויפן ניגון המקובל פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, און דערנאך געקישט די 4 ווענט, און מען האט ארויסבאגלייט וואונטשענדיג א גוט יו"ט.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום סוכה הפרטי בביתו נאוה קודש, געזאגט די יהי רצון, און זיך געזעגנט פון די סוכה.
ליל שמחת תורה:
בשעה 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד. תיכף נאך מעריב האט דער רבי אנגעהויבן אתה הראית מיט א אש קודש, און אפגעראכטן די דערהויבענע הקפות, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די עבודה נשגבה מיט די ריקודי קודש, ואשרי עין ראתה כל אלה.
אינמיטן די צווייטע הקפה, האט דער רבי משמיע געווען פייערדיגע דב"ק בלהבת אש, מען זאל מתפלל זיין צום אייבערשטן, מען זאל זוכה זיין צו זיין נאנט צום אייבערשטן, און זוכה זיין צו קענען זיין דבוק צו די תורה הק' במשכ'ן גאנצן יאר הבעל"ט. דערציילנדיג א משל פון א מלך וואס איז געקומען אין שטאט אריין, און געזאגט אז יעדער קען בעטן וואס ער וויל, און ער וועט ממלא זיין זיין בקשה, איז געווען איין חכם וואס האט געבעטן אז ער וויל אלעמאל זיין נאנט צום קעניג, האט דער קעניג געזאגט דאס איז די קלוגסטע בקשה, ווייל איינער וואס איז נאנט צום קעניג דער האט אלעס. דאס זעלבע זאל מען יעצט אויסנוצן די צייט צו בעטן פונעם אייבערשטן, אז מען זאל זוכה זיין א גאנצע יאר צו זיין נאנט צו אים, און מען זאל זוכה זיין צו זיין דבוק צו די תורה, מ'זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות מוסיף צו זיין בלימוד התורה, התמדת התורה, קונה זיין די הייליגע תורה, זיך פירן עפ"י דרך התורה, וואס דורך דעם איז מען דבוק צום אייבערשטן, און מען זאל זיך אויסבעטן אלעס גוטס.
דערנאך האט דער עולם ממשיך געווען מיט ריקודין אויפן ניגון יקום פרקן מן שמיא חנא וחסדא ורחמי, וחיי אריכי מזוני רויחי וסייעתא דשמיא, ובריות גופא ונהורא מעליא, זרעא חייא וקיימא, מיט גרויס התלהבות און ברען, וינועו אמות הסיפים.
פאר די דריטע הקפה איז דער רבי אריבער צו די דעזיגנירטע פלעצער ווי די קינדער זענען געווען פלאצירט, און אלע קינדער האבן געהאט די געלעגנהייט אריבער צו גיין קישן די ספר תורה פון רבי'ן, מיט וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געטאנצן מיט דעם די הייליגע עבודת ההקפות.
דערביי בשעת'ן קושן האבן די קינדער געזינגען ניגוני תורה, הערב נא השם אלקינו, און והאר עינינו בתורתך וכדו'.
*
צווישן די הקפות האט דער רבי אין א אויסערגעווענליכע שריט פאררופן עטליכע עסקנים פון יעדע שטאט, בחדרו הפרטי, דער רבי האט זיך באדאנקט פארן שטיין צו הילף לטובת די נייע מוסדות אין ניו יארק, פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן ביז אהער, און דער רבי האט געבעטן מען זאל זעהן ווייטער צו צוהעלפן מיט וואס מען קען, אז ס'זאל ווייטער אנגיין ביתר שאת ועוז, און ברענגן א כבוד שמים פארן אייבערשטן, און א נחת רוח לנשמתו הטהורה פון רבינו הקדוש זיעועכ"י, צוזעהנדיג ווי מיר האלטן זיך ווייטער אן אויפן הייליגן דרך, אנוואונטשענדיג ברכת קדשו, אז אונזערע דורות וועלן בעז"ה וואקסן און בליען בזכותו הגדול והקדוש.
*
נאך די הקפות האט מען צוריק אריינגעברענגט דעם באלעמער אינעם חלל הביהמ"ד, און מען האט פארקויפט די עליות פאר גאר הויעכע אסטראנאמישע סכומים.
נאכן פארקויפן די עליות האט מען אנגעהויבן קריאת התורה, אנטוענדיג דעם "צילינדער היט" כנהוג. על הכל האט פארגעזינגען העסקן הדגול מו"ה יואל שרגא גאנדעל הי"ו, געקויפט געווארן דורך בית מדרשינו מאנטריאל כאות הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות לטובה אינערהאלב בית מדרשינו.
כהן האט עולה געווען הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו, לוי רבינו שליט"א, געקויפט געווארן פאר א אסטראנאמישע סומע דורך אב"ד קלוזש שליט"א מגדולי תומכי מוסדותינו הקדושים, נאכן עולה זיין האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרב ר' שלמה שליט"א ובניו החשובים ווארימע ברכות. שלישי הרבני החסיד ר' נתן פייטל פאשקעס הי"ו פון מאנטריאל, רביעי הנגיד מוה"ר יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו מראשי קהלתינו הק' וויליאמסבורג, חמישי הרה"ח ר' יואל שווארץ הי"ו מראשי קהלתינו הק' קרית יואל, הגבה מו"ה ישראל נפתלי מערמעלשטיין הי"ו, גלילה מו"ה ברוך סג"ל נייהויזער הי"ו.
נאכן ליינען האט מען צוריקגעלייגט אלע ספרי תורות, און געזינגען אדון עולם. דער רבי האט געוואונטשן 'א גוט יו"ט' פאר כל הקהל הקודש.
*
בערך 15 מינוט נאך די הקפות איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט בהיכל הכולל, הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן מוה"ר שמואל וואסערמאן הי"ו פון וומסב"ג. ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א.
יום שמחת תורה:
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען בשעה 9:30, פסוקי דזמרה האט געדאווענט מוה"ר אברהם חיים סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג, צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר ישעי' פעלבערבוים הי"ו פון סטעטן איילענד.
ביי ברכת אהבה רבה האט מען בבקשת רבינו שליט"א געזינגן די הייליגע ניגון פון הרה"ק רבי הערש מ'רימנוב זיעויעכ"י.
פארן דוכנ'ען האט דער רבי אפגעגאסן גיסו כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.
נאכן שיר של יום האט דער רבי אנגעהויבן די עבודת הקפות, פארגעזאגט אתה הראית, ידיד נפש, אדון הכל כנהוג, און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע עבודת הקפות.
ביי די פערדע הקפה ווען מען האט געזינגן ובכן צדיקים יראו וישמחו, איז דער רבי צוגעלאפן צום מקום אדמת קודש היא ביים עמוד פון רבינו הקדוש זי"ע, וואו רביה"ק האט אפגעראכטן די הייליגע עבודה למעלה מששים שנה, און געטאנצן במקומו הקדוש מיט ספעציעלע תנועות, און נאך א תפילה קצרה צוריק אריין אינמיטן ביהמ"ד, און ווייטער אפגעראכטן די ריקודי הקודש מיט די נענועים מיט די ספר תורה אויף אלע זייטן, וחסידים ברנה יגילו, די גאנצע ביהמ"ד האט מיטגעטאנצן מיט התעוררות און התלהבות.
*
נאך די הקפות איז געווען קריאת התורה, די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר אביגדור וויינבערגער הי"ו פון וומסב"ג, לוי רבינו שליט"א, געקויפט געווארן פאר א אסטראנאמישע סכום דורך הרבני הנגיד מוה"ר יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו מראשי קהלתינו הק' וומסב"ג, און נאכן עולה זיין האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב. שלישי העסקן הדגול מוה"ר יצחק אייזק ווייס הי"ו מנהל חברה שומרים, רביעי מוה"ר יהוסף מרדכי מערמעלשטיין הי"ו פון מאנטריאל, חמישי כל הנערים מוה"ר אהרן שמואל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג.
חתן תורה האט עולה געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, חתן בראשית האט עולה געווען רבינו שליט"א, געקויפט געווארן פאר א סכום הגון דורך הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק', און דורך מוה"ר נפתלי צבי ברוך הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, נאכן עולה זיין האט זיי דער רבי ווארעם אנגעווינטשן ברכות לרוב. חתן מפטיר האט עולה געווען כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א.
נאכן ליינען האט מען געדאווענט מוסף, דער רבי האט צוגעשיקט צום עמוד מוה"ר יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו גבאי בית מדרשינו קרית יואל, לכבוד די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי יעקב פיש זצ"ל מ'קאלוב.
*
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 3:30, תיכף דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הכולל, וואו עס איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש מוה"ר משולם פייש ברח"א פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג. מען האט געזינגן ניגוני יום טוב, און דער רבי האט געטיילט שיריים פון אלע מאכלים.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, שיר המעלות הב' יואל בינער ני"ו מתלמידי ישיבה"ק.
שבת קודש פר' בראשית:
ליל שבת קודש איז צוגעגאנגען צו מנחה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא, דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת און מעריב, מען האט אנגעהויבן בואו ונצא אזוי ווי יום טוב שחל בערב שבת. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער לברך ולהתברך א גוט שבת.
ביים שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול, איז מיט הגבהת הכוס צו קידוש מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל צבי מאירוביץ הי"ו פון בארא פארק.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א, הרה"ג ר' מיכל מאסקאוויטש שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל שליט"א, הרה"ח ר' אלימלך נפתלי הירצקא סג"ל לאווי שליט"א נכד רביה"ק זי"ע פון קרית יואל, מוה"ר יוסף יודא ארי' ארגעל הי"ו פון וומסב"ג.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל גרשון גראד הי"ו פון לאנדאן, לרגל די יארצייט פון זיינע עלטערן ע"ה. שבת נותנים הרה"ח ר' מרדכי מאירוביץ הי"ו פון וומסב"ג.
נאכן טאנצן רננו צדיקים האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור.
*
שבת אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תהלים בשעה 7:15 און פארגעזאגט ביים עמוד כנהוג.
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק.
די עליות האבן עולה געווען כהן הרב דוד יודא לאנדאוי שליט"א פון מאנסי, לוי רבינו שליט"א, שלישי הרה"ג ר' חיים יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, רביעי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק', חמישי הרה"ח ר' יצחק זאב ארגעל הי"ו פון בארא פארק, ששי הרב הגאון דומ"ץ קהלתינו הק' קרית יואל שליט"א, שביעי הרה"ח ר' חיים שלום טובי' גדלי' פעקעטע הי"ו פון קרית יואל, אחרון הרה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א. הוספות: הרה"ח ר' שמואל גרשון גראד הי"ו, הרב מרדכי קרויס שליט"א פון קרית יואל, מו"ה איתמר פעלבערבוים הי"ו לרגל שמחת הולדת בנו, מו"ה יעקב יוסף פראמאוויטש הי"ו פון וומסב"ג לרגל שמחת הולדת בתו און דער רבי האט געגעבן די נאמען.
פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און מפטיר האט עולה געווען הרבני הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגל הי"ו פון מאנסי. צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל גרשון גראד הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט בהיכל הכולל, עס איז מכובד געווארן מיט הגבת הכוס צו קידוש מוה"ר דניאל הלל פיליפסון הי"ו פון מאנסי, אז ביום השביעי מוה"ר יוסף גראד הי"ו פון מאנטשעסטער.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרב אלכסנדר ליפא לאבין שליט"א פון וומסב"ג, שיר המעלות הב' אברהם גרינוואלד ני"ו פון קרית יואל.
*
נאכמיטאג צו תפילת מנחה, איז צוגעגאנגען צום עמוד הרב דוד יודא לאנדאוי שליט"א. די עליות האבן עולה געווען ראשון הרה"ח ר' הערשל סג"ל שווארץ הי"ו, שני הרה"ח ר' שלמה גוטמאן הי"ו, שלישי הרה"ח ר' יעקב שלמה גרינוואלד הי"ו. הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה מוה"ר משולם זושא אונגאר הי"ו פון מאנטריאל.
תיכף דערנאך האט מען זיך געוואשן צו סעודה שלישית ונעילת החג עפל טיש, דער רבי האט מכבד געווען מיט קידוש אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א.
במשכ'ן טיש האבן די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו אנגעפירט מיט די ניגונים, מען האט געזינגן ווארימע ניגוני יום טוב. במשכ'ן טיש האט דער רבי פארגעזינגען דעם ניגון והי' ביום ההוא יתקע בשופר גדול, הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א האט פארגעזינגן והופע בהדר, און הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגען די ניגון כה אמר ה' זכרתי לך, רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט, און לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה ודביקות.
במשכ'ן טיש האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן ריקודין עילאין, דער גאנצער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן אין געהויבענע ריקודין, זיך געזעגנדיג פונעם הייליגן יום טוב.
פארן בענטשן האט דער רבי געמאכט א ברכה אויף די עפל, און טועם געווען, דערנאך געווארפן עפל פארן ציבור כנהוג, פארן אויבן אן, און דערנאך פאר זקני ונכבדי קהלתינו הק'.
דערנאך האט מען געבענטשט, ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א. תיכף נאכן בענטשן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, הגבהת הכוס צו הבדלה מוה"ר יואל בערגער הי"ו פון קרית יואל, די הבדלה האט געהאלטן מוה"ר ישראל סג"ל קרויס הי"ו פון קרית יואל, מגדולי עסקני האיחוד.
דערנאך איז דער עולם אריבער נעמען עפל פאר א לענגערע צייט, און די מקהלת המנגנים דחצ"ק האבן אנגעפירט בשירה ובזמרה.
ארום 9:30 איז דער ציבור ובראשם רבינו שליט"א ארויסגעקומען צום שווארץ געדעקטן גאס, ווי מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות, ווען אויפן גאנצן וועג קומען פאר ריקודין עילאין, דאנקענדיג דעם בורא כל עולמים אויף די הייליגע ירושה פון רבותינו הקדושים למעלה בקודש, אשרי עין ראתה כל אלה, מיט א תפלה לקל חי אז עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים, מיר זאלן ווייטער זוכה זיין זיך צו קלאמערן בצל הקודש עד ביאת הגואל.
אנקומענדיג צו ביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש והדרכת השנה, וואו דער רבי האט נאכגעזאגט די טייטש וואס רבינו הקדוש זי"ע פלעגט צו זאגן הבוחר בשירי זמרה, הבוחר בשיירי זמרה, א לשון פון שיריים, דער אייבערשטער איז בוחר וואס ס'בלייבט איבער, דאס מיינט וואס מען נעמט מיט פונעם יום טוב, דארף מען מיטנעמען די אהבת ה' וואס מען האט זיך אנגעשעפט במשכ'ן יו"ט, און ווייטער זיין מקושר צום אייבערשטן מיט אלע איברים, אזוי ווי הרה"ק רבי ר' מרדכי מ'נאדבורנא זי"ע האט געטייטשט ולקחתם לכם פרי עץ הדר וכו', מען זאל זיך נעמען צו די אייגענע פרי עץ הדר וואס איז מרמז אויף די הארץ, און אלע איברים פון די ד' מינים, עס אויס צו ארבעטן ווי ס'דארף צו זיין, צו ווערן הייליג פארן אייבערשטן.
מ'זאל אכטונג צו געבן אויף אלע כלים אין שטוב, פונקט אזוי ווי ביי די ד' מינים האט יעדער אכטונג געגעבן אז ס'זאל זיין מהודר, און געפרעגט אלעס פון א מורה הוראה, דארף מען ביי יעדע זאך אזוי שטארק אכטונג געבן ס'זאל זיין אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין.
אויספירענדיג מיטן טייטשט וואס רבינו הקדוש זי"ע פלעגט זאגן, בראשית איז די אותיות בא תשרי, מרמז צו זיין אז שוין אנפאנג יאר דארף מען געדענקן אז עס קומט שוין באלד נאכמאל חודש תשרי, און א גאנץ יאר זאל מען מיט דעם לעבן מיט יראת שמים, דעמאלטס וועט זיין בראשית ברא, מען וועט זוכה זיין צו 'ברא', וואס איז מרמז אויף בני חי מזוני, ברא - קינדער, ברא - געזונט, און ברא - לשון בר - תבואה, וואונטשענדיג סייעתא דשמיא בבריות גופא ונהורא מעליא וכל טוב סלה, עד ביאת גואל צדק בב"א.
דערנאך האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך ביז אין די טיפע נאכט שטונדן.
ויום טוב הי' עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו, מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!
הערליכע מעמד "סעודת ראש חודש ופתיחת הזמן" בתוככי די בארימטע כולל ערב שע"י בית מדרשינו אהל אלימלך אין מאנטריאל
גאר א שיינע סעודת ראש חודש איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת נח קאמבינירט מיט א מעמד פתיחת הזמן, צום נייעם ווינטער זמן אינערהאלב די בארימטע "כולל ערב" בהיכל בית מדרשינו אין מאנטריאל, וואס עפנט אצינד אירע טויערן צום צווייטן יאר צו גוטן, וכן יעזור ה' על להלאה.
ארום אכט אזייגער אין אוונט האבן זיך די צענדליגע לומדי הכולל פארזאמלט בהיכל בית מדרשינו, וואו מען האט געדאוונט תפילת מעריב ברוב עם. דערנאך האט מען זיך געזעצט צו די רייך געדעקטע טישן, וואס איז געווען צוגעגרייט מיט א הערליכע סעודת ראש חודש בהרחבה גדולה אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם, מעשי ידי אומן מו"ה אברהם זאנוויל יונגרייז הי"ו מחשובי גבאי הכולל.
ביים מעמד האט אויפגעטראטן מיט ווארימע דיבורים דער איבערגעגעבענער ראש הכולל הרה"ג ר' מתתי' יואל קאהן שליט"א, וועלכע האט בנועם שפתיו ארויסגעברענגט דעם דבר הכולל. דערנאך האט מען געזינגען ניגוני ראש חודש מבית מדרשו של רבי, וואס זענען געזינגען געווארן ביי מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, דער גרויסער מייסד פונעם בית המדרש.
מיט יראת הכבוד האט דער ציבור אויפגענומען דעם אורח הכבוד, הרב הגאון דומ"ץ קהילתינו הק' בקרית יואל שליט"א, וועלכע האט אויפגעטרעטן בנועם שפתותיו מיט א לענגערע דרשת פתיחת הזמן, אנהייבנדיג דעם 'פותחין בכבוד אכסניא' דעם 'המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא', דעם הייליגן בית המדרש וואו 'דא האט זיך אלעס אנגעהויבן', ווען פון דעם באשייידענעם הייליגן ווינקל האט זיך פארשפרייט די טאהש'ע פייער איבער די גאנצע וועלט.
דאן האט דער דיין שליט"א ארוומגערעדט א ברייטע שמועס איבער די נחיצות פון זיך צוזאמענהאלטן אינאיינעם מיט אחים לדעה תלמידי וחסידי טאהש, און די וויכטיגקייט פון דאווענען אין דעם הייליגן בית המדרש וואס דער רבי זי"ע אליינס האט מייסד געווען, אזוי אויך האט דער אורח הכבוד ארויסגעברענגט די התחייבות וואס קומט מיט דעם וואס מען איז א 'טאהשער חסיד', און וואס דער רבי זי"ע האט פארלאנגט פון די וואס האבן געוואלט זיין א מתפלל אין דעם הייליגן ביהמ"ד אין מאנטריאל.
א לענגערע שעה של קורת רוח זענען די לומדי בכולל געזעצן און געשלינגען מיט דורשט, די דברים כדרבונות פונעם דיין שליט"א, די ווארימע דיבורים האבן געלאזט א טיפע רושם אויף אלע פארזאמלטע, וועלכע זענען ארויס נאך דעם מעמד אנגעשעפט, מלא חיות וחיזוק, לקראת דעם זמן החורף הבא עלינו לטובה.
מטעם הנהלת הכולל בלייבט מען נישט שטיין, נאר מען גרייט זיך צום נייעם זמן אויף פארשידענע הוספות און מעלות, וואס ווערן כסדר צוגעלייגט לרומם קרן התורה בקרב הכולל. דער כולל האט טאקע באוויזן אין דעם קורצן תקופה זינט איר גרינדונג, צו ווערן באקאנט איבערן שטאט אלס א הערליכער מקום תורה, וואס איז געשמאק און געאייגנט פאר יעדן לומד וצורב, און אזוי ארום באוויזן צו הייבן דעם כמות און איכות אויף א שיינעם פארנעם, וכן יעזור ה' הלאה. |