ימים הראשונים דחג הסוכות - שבת וימי חול המועד - בצל הקודש
א' דיו"ט סוכות:
מנחה ערב יום טוב איז צוגעגאנגען צום עמוד כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א. דער רבי איז צו געגאנגען צו מעריב, נאך מעריב איז דער עולם אריבער וואונטשן א גוט יום טוב.
דער רבי איז אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם היכל הסוכה בביתו נאוה קודש, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט אלע סעודות יום טוב ביד רחבה כיד המלך פאר אלע אורחים החשובים. וכאן המקום להודות מוה"ר אהרן מיכאל גבריאל סג"ל קרויס הי"ו, וואס האט צוגעגרייט די פולע עסן פאר אלע געסט לשובע ולא לרזון, מיט א געוואלדיגע געטריישאפט. די סוכה איז געווען הערליך שיין באצירט ווי עס פאסט, וכאן המקום להודות פאר הבה"ח דוד ברנש''ז הערשקאוויטש ני''ו, הבה"ח יהוסף שווארץ ני"ו, הבה"ח שלום סאנדעל ני"ו, וועלכע האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות, און אלעס הערליך אויסגעשטעלט בכלילת יופי.
דער רבי האט געלאדענט די אושפיזין, מיט הגבהות הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמואל גרשון גראד הי"ו פון לאנדאן.
במשכ'ן טיש האט מען געזינגן ניגוני יו"ט, דער רבי האט געטיילט שיריים פון אלע מאכלים, אזוי אויך האבן די בעלי האושפיזין געברענגט קוגלען כנהוג, פון וואס דער רבי האט געטיילט שיריים.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען גיסו כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א.
*
די ערשטע טאג יו"ט תיכף אינדערפרי, האט דער רבי מקיים געווען די מצות ד' מינים און די עבודת הנענועים אינעם סוכה הפרטי, אויף עטליכע ערליי אתרוגים מהודרים.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית בשעה 9:30, פסוקי דזמרה האט געדאווענט פארן עמוד מו"ה משה לייב בר"י סג"ל קרויס הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר אליעזר זוסיא סג"ל קרויס הי"ו חבר מקהלת המנגנים.
די פייערדיגע הלל וואס דער רבי האט פארגעדאווענט ביידע טעג יום טוב, די דערהויבענע נענועים, און אמירת הושענות האט מעורר געווען יעדעם'ס הארץ.
ביי אמירת הושענות האט געהאלטן די ספר תורה הב' יעקב יוסף שווארץ ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק'.
ביים ליינען האבן עולה געווען: כהן מו"ה אליעזר הערש פישער הי"ו משב"ק, לוי הרה"ח ר' נחמי' צבי סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג, שלישי מוה"ר אהרן הערש שטעסל שליט"א מנהל בתלמוד תורה, רביעי הרה"ג ר' אלכסנדר בלויא שליט"א ראש החבורת עבודת עבודה מאנטריאל, חמישי מוה"ר אהרן שווארץ הי"ו משמש ביהמ"ד הגדול. פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און מפטיר האט עולה געווען אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען אדמו"ר מ'זוטשקא קראקאס שליט"א, און פארן דוכ'ענען האט דער רבי אפגעגאסן גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב״ן ומו"ץ, און הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן.
פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר הערשל גאלדבערגער הי"ו פון מאנטריאל.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הסוכה, דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין, מיט הגבהות הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה שמעון פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' חיים שלום טובי' גדלי' פעקעטע הי"ו פון קרית יואל.
צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען מוה"ר זיידא ישראל יצחק מאירוביץ הי"ו.
ב' דיו"ט סוכות:
ליל ב' דיו"ט איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א. נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקדוש, און געוואונטשען א גוט יום טוב פאר כל הקהל הקודש.
ביים שלה"ט זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש מוה"ר ישראל זאב סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג. במשכ'ן טיש האט דער רבי פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און פון די קוגלען פון די אושפיזין, מען האט געזינגן די 15 שיר המעלות, וועלכע זענען צוטיילט געווארן צווישן די חשובי העדה.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו, שיר המעלות הב' מאיר יצחק פישער ני"ו משב"ק.
נאכן בענטשן האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די לוי' פון הרה"ח ר' אהרן אייזיק קרויס ז"ל פארענט פון ביהמ"ד הגדול און באגלייט די מיטה.
*
דעם צווייטען טאג יו"ט אינדערפרי, איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בשעה 9:30, פסוקי דזמרה האט געדאווענט העסקן מו"ה משולם זושא זילבער הי"ו פון וומסב"ג, צו שחרית איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב אליעזר מערמעלשטיין הי"ו.
וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' די פייערדיגע הלל און נענועים, און בשעת די אמירת הושענות האט הב' יצחק אייזיק סג"ל קרויס ני"ו געהאלטן די ספר תורה אויפן באלעמער.
די עליות האבן עולה געווען: כהן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, לוי רבינו שליט"א, שלישי הרה"ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א, נכד רביה"ק זי"ע, רביעי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק', חמישי הרה"ח ר' משה מאירוביץ הי"ו. פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און מפטיר האט עולה געווען מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק.
מוסף האט געדאווענט כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר יואל שטרייכער הי"ו פון מאנטריאל.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט אינעם היכל הסוכה בביתו נאוה קודש, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרב דוד יודא לאנדאוי שליט"א פון מאנסי.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג.
שבת קודש – שבת חול המועד:
ליל שבת חוה"מ איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת.
בשעה 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הסוכה הגדולה, דער רבי האט געלאדענט די אושפיזין און געזינגן די זמירות שבת קודש שחל ביו"ט כנהוג, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק יודא לייב גוטמאן הי"ו פון בארא פארק.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב קליין שליט"א מו"ץ בקריתינו הק', שיר המעלות הב' יעקב אלימלך קליין ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק'.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מו"ה אהרן שווארץ הי"ו משמש ביהמ"ד הגדול, שחרית האט געדאווענט הרה"ח ר' צבי זאב בערגער הי"ו מנהל שיעורי תורה. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
די עליות האבן עולה געווען כהן מוה"ר ישעי' דניאל וויינבערגער הי"ו פון וומסב"ג, לוי הר"ר ישעי' סג"ל קרויס שליט"א מנהל בתלמוד תורה, שלישי הרה"ח ר' צבי זאב בערגער הי"ו, רביעי הרה"ח ר' הערש לייב קרויס הי"ו, חמישי מוה"ר יואל שטרייכער הי"ו פון מאנטריאל, ששי הרה"ח ר' שלום יחיאל מיכל ארגעל הי"ו, שביעי מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו פון מאנטריאל, אחרון הרה"ח חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט מי שברך לחולי ישראל, און עולה געווען מפטיר. הגבה הרה"ח ר' יעקב הכהן קרויס הי"ו, גלילה הב' דוד לייב טייטלבוים הי"ו פון קרית יואל.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו מוסף. פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר יחזקאל ווייס הי"ו פון מאנטריאל.
*
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הסוכה בביתו נאוה קודש, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מרדכי מאיר הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל גרשון גראד הי"ו פון לאנדאן, שיר המעלות הב' טובי' סג"ל שווארץ ני"ו פון וומסב"ג.
*
שבת נאכמיטאג ביים ליינען האבן עולה געווען כהן הרב דוד יודא לאנדאוי הי"ו פון מאנסי, לוי הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס הי"ו מראשי קהלתינו הק' מאנטריאל, שלישי הרה"ח ר' משה קריצלער הי"ו, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה הרה"ח ר' משה שמעון פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג.
קידוש ביי סעודה שלישית בהיכל הסוכה הגדולה האט דער רבי מכבד געווען אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, שיר המעלות הב' דוד ברנש"ז הערשקאוויטש ני"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה בהיכל הסוכה הגדולה, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן מוה"ר יואל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג, די הבדלה האט געהאלטן מו"ה יצחק פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג.
מוצש"ק – ליל אושפיזא דמשה:
דער רבי איז אריינגעקומען צום שלה"ט בשעה 9:00 בהיכל הסוכה הגדולה, עס האבן זיך אנגעזעהן פולע געסט פון מאנטריאל און ארום, עס איז סערווירט געווארן א ברייטע סעודה, די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו האבן אנגעפירט מיט די ניגונים. דער רבי האט געצינדן ליכט, איינגעלאדענט די אושפיזין, זיך געוואשן צום סעודה, און געטיילט שיריים פון אלע מאכלים.
מיט די 15 שיר המעלות לשמחת בית השואבה זענען מכובד געווארן אנשים מכובדים ואורחים חשובים, צווישן אנדערע: הרה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א חדב"ן, הרה"צ רבי משה סג"ל שליט"א, הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא מאנטריאל, הרה"צ רבי יששכר דוב משה סג"ל טירנויער שליט"א, הרה"ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א, הרב פישל האגער שליט"א, הרה"ג ר' יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, הרה"ג ר' איסר פורסט שליט"א, הרה"ח ר' יצחק קארענפעלד הי"ו, מוה"ר משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק, מוה"ר יוסף גאנצפריעד הי"ו, מוה"ר יוסף שלום כרמל הי"ו, הרב משה צבי ארי' וואזנער שליט"א, נכד רביה"ק זי"ע.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, ארומרעדנדיג איבער משה רבינו, אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, דאס מיינט אז די כח הדעת פון משה רבינו איז אין די צדיקים פון יעדן דור, ארומרעדנדיג איבער די עבודה פון רבינו הקדוש זי"ע דער צדיק יסוד עולם, און איבער די תורה הק' וואס איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו, ווי מען דארף זיך מער צופלייסן צו לערנען און אויסנוצן די צייט לתורה אין די ימי חול המועד, און בכלל זיך מער מדבק צו זיין אין די תורה הקדושה, און דער רבי האט מאריך געווען בדברי חיזוק ומוסר.
דער רבי האט געטיילט שיריים פון די אושפיזין קוגלען פאר כל הקהל הקודש, און במשכ'ן טיש האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן געהויבענע ריקודין כל העם הנאספין, ואשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו.
ברהמ"ז על הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, שיר המעלות הב' בנימין זאב זוסמאן ני"ו.
זונטאג - ב' דחול המועד:
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בשעה 7:30. צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יוסף דוד סג"ל קרויס הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און הושענות מיט גרויס התעוררות. בשעת די הושענות האט הב' אלימלך פאפלאנאש ני"ו געהאלטן די ספר תורה אויפן באלעמער.
די עליות האבן עולה געווען: כהן הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי מוה"ר חיים משה מאיר סג"ל קרויס הי"ו פון מאנטריאל, שלישי הרה"ח ר' שמואל גרשון גראד הי"ו פון לאנדאן, רביעי מוה"ר משה שמעון פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג. הגבה מוה"ר יואל שטערן הי"ו פון בארא פארק, גלילה מו"ה חיים אלי' צבי פריעד הי"ו פון מאנטריאל. צו מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור, אינעם היכל הסוכה בביתו נאוה קודש. במשכ'ן טיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, ארומרעדנדיג איבער די שמחה פונעם יום טוב, און ווי מען דארף זיך פרייען אז מען קען מקיים זיין די מצות סוכה. דערציילנדיג סיפורים ועובדות פונעם הייליגן קאזניצ'ער מגיד זי"ע, און ארומרעדנדיג איבער משה רבינו די בעל האושפיזא, ואתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, ווערט זיכער נמשך אלעס גוטס פאר אידישע קינדער.
מיט די זמירות'ן זענען מכובד געווארן צווישן אנדערע: הרבני החסיד ר' נתן פייטל פאשקעס הי"ו פון מאנטריאל, הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו, מוה"ר שמואל מאיר קרויס הי"ו. הרב משה קאהן שליט"א פון מאנסי, בן ר"י תולדות אברהם יצחק שליט"א.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, שיר המעלות הב' יצחק אייזיק וועבערמאן ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק'.
*
נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך, דערנאך געדאווענט מנחה און מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול.
בשעה 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור ליל אושפיזא דאהרן בהיכל הסוכה הגדולה, ווי עס האבן זיך אנגעזעהן פולע געסט פון איבעראל, און עס איז סערווירט געווארן א ברייטע סעודה, די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו האבן אנגעפירט מיט פאסיגע ניגונים.
דער רבי האט געצינדן ליכט, איינגעלאדענט די אושפיזין, זיך געוואשן צום סעודה און געטיילט שיריים פון אלע מאכלים.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און שטארק ארומגערעדט איבער די מדה פון אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום, רבינו הקדוש זי"ע האט שטענדיג געזאגט מען דארף זיך ארויסלערנען פון די מדות פון די אושפיזין, דארף מען זעהן זיך צו מחזק זיין אין די ענין פון שלום ואחדות, אזוי ווי אהרן הכהן איז געווען א אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, און דארט ווי ס'דא שלום איז דא אלע ברכות.
מיט די 15 שיר המעלות לשמחת בית השואבה זענען מכובד געווארן אנשים מכובדים ואורחים חשובים, צווישן אנדערע: הרה"ג אב"ד דזיבוי שליט"א פון מאנטריאל, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, הרה"ג ר' עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל, הרה"ג ר' אליעזר הערש האראוויץ שליט"א פון וומסב"ג, הרה"ג בן אב"ד וויזניץ שליט"א, אב"ד קלוזש שליט"א, הרה"ח ר' ישראל בנימין סג"ל לאווען שליט"א מנהל חברה הצלה, הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק', העסקן הדגול מוה"ר מנחם מאיר פייג הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר אהרן שווארץ הי"ו משמש ביהמ"ד הגדול, הרה"ח ר' יעקב הערש אדלער הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר אהרן שלום אדלער הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר יונתן אהרן שווארץ הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר יצחק אייזיק חסן הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר יעקב הערש ווייס הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר שמואל צבי לאקס הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר משה יואל שפירא הי"ו פון מאנטריאל.
במשכ'ן טיש האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן געהויבענע ריקודין, דער רבי האט געטיילט שיריים פון די פילע אושפיזין קוגלען פאר כל הקהל הקודש.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען אב"ד וויזניץ שליט"א, שיר המעלות הב' שרגא פייוול שווארץ ני"ו.
מאנטאג - ג' דחול המועד:
אינדערפרי איז דער רבי אריינקומען צו תפילת שחרית בשעה 7:30, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר ישראל הערש פעלבערבוים הי"ו, דער רבי האט געדאווענט הלל פארן עמוד. הב' נפתלי צבי קאהן ני"ו נכד רבינו שליט"א האט געהאלטן די ספר תורה בשעת אמירת הושענות.
ביים ליינען האבן עולה געווען: כהן מוה"ר אברהם אבא וויינבערגער הי"ו, לוי הרה"ח ר' יעקב שמואל סג"ל קרויס הי"ו, שלישי מוה"ר יצחק שמעון אסטרייכער הי"ו פון קרית יואל, רביעי הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הגבה מוה"ר יואל הערש פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג, גלילה מוה"ר חיים נחום מערמעלשטיין הי"ו. צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יששכר דוב מאירוביץ שליט"א.
נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך. בשעה 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ומעריב אין בית המדרש הגדול, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו.
*
ביינאכט בשעה 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלה"ט, לכבוד אושפיזא דיוסף בהיכל הסוכה הגדולה, ווי עס איז סערווירט געווארן א ברייטע סעודה פארן גאנצן ציבור, די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו האבן אנגעפירט מיט פאסיגע ניגונים.
עס האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט פון איבעראל, דער רבי האט געצינדן ליכט, איינגעלאדענט די אושפיזין, זיך געוואשן צום סעודה און געטיילט שיריים פון אלע מאכלים.
רבינו שליט"א האט מכבד געווען די שוואגער האדמו"ר מ'זידיטשוב שליט"א אויפצוטרעטן לכבוד היום.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק, ארויסברענגענדיג אז מען דארף נעמען חיזוק פון די היינטיגע אושפוזין, די מדה פון יוסף הצדיק, זיך שטארקן בעניני קדושה וטהרה, בפרט ביים אויפציען די קינדער, זיי מחנך זיין מיט יראת שמים אזוי ווי רבינו הקדוש זי"ע האט אונז געלערנט, אזוי אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער אנהאלטן די קדושה פונעם שטאט, וועלכע רבינו הקדוש זי"ע האט מייסד געווען מיט מסירת נפש ממש.
מיט די 15 שיר המעלות לכבוד שמחת בית השואבה זענען מכובד געווארן אנשים מכובדים ואורחים חשובים: אב"ד ראדאשיץ שליט"א פון קרית יואל, הרה"ג ר' שמעון ליגעטי שליט"א פון מאנטריאל, הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, הרה"ח ר' משה קריצלער הי"ו פון קרית פאפא, הרה"ח ר' חיים אלעזר גערטנער הי"ו פון מאנסי, הרה"ח ר' יצחק מאיר שווארץ הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו הק', הרב יוסף מאיר זילבערמאן שליט"א פון מאנטריאל, הרב יוסף מאיר שטערן שליט"א, מוה"ר יוסף הערש זילבערמאן הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר ישעי' דניאל וויינבערגער הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר ישראל זונדל סאנדעל הי"ו, מוה"ר יואל אברהם סטרולאוויטש הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס הי"ו מראשי קהלתינו הק' מאנטריאל, מוה"ר יודא לייב פישער הי"ו פון קרית יואל, מוה"ר שמואל דוד גוטמאן הי"ו פון קרית יואל.
במשכ'ן טיש האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן געהויבענע ריקודין, דער רבי האט געטיילט שיריים פון די אושפיזין קוגלען פאר כל הקהל הקודש.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, שיר המעלות הב' דוד ברנש"ז הערשקאוויטש ני"ו.
*
דערנאך איז פארגעקומען פייערדיגע ריקודין בתופים ובמחולות בהיכל ביהמ"ד הגדול, זקנים עם נערים אברכים ובעלי בתים כל הקהל הקודש, לכבוד שמחת בית השואבה, אין שפיץ פון רבינו שליט"א, מה נהדר היה המראה.
דינסטאג - ד' דחול המועד:
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית בשעה 7:30. צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר ישראל הערש פעלבערבוים הי"ו. הב' אלעזר סאנדעל ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק' האט געהאלטן די ספר תורה בשעת אמירת הושענות.
די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר בנימין פישער הי"ו, לוי הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א, שלישי מוה"ר שמואל דוד גוטמאן הי"ו פון קרית יואל, רביעי הרה"ח ר' מרדכי מאירוביץ הי"ו פון וומסב"ג, הגבה מוה"ר חיים יושע בראך הי"ו פון וומסב"ג, גלילה מו"ה חיים יוסף יודא גרינוואלד הי"ו פון וומסב"ג. צו מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר אליעזר דוד קרויס הי"ו חבר הנהלת תלמוד תורה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הסוכה בביתו נאוה קודש, ווי עס זענען מכובד געווארן מיט די זמירות'ן צווישן אנדערע: הרה"ג דומ"ץ טאב שליט"א פון מאנטריאל. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג בדברי הכנה צום הייליגן טאג הושענא רבה, וואס איז א המשך פון די ימים נוראים, טייטשנדיג די לשון וואס מען זאגט ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה, פארוואס שטייט מעבירין און נישט מבטלין אדער מסירין. טייטשנדיג דורך א מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן רבי מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע, אז מען נעמט אראפ די גזירה פון אידישע קינדער, און מען לייגט עס ארויף אויף די שונאי ישראלים, אזוי אויך זאלן אונז יעצט זוכה זיין צו אלע גוטע ברכות און ישועות, און אלע דינים זאלן אוועקגיין פון אידישע קינדער, אין זכות פון רבותינו הק' למעלה בקודש.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ראש הכולל טאב שליט"א, שיר המעלות הב' יהוסף שווארץ ני"ו.
באריכט פון צווייטע טעג יום טוב בצל הקודש וועט אי"ה נאכפאלגן |