שבת קודש פר' דברים - שבת חזון בצל הקודש
ביים זמן הדלה"נ האט דער רבי געצינדן די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע און די נרות שבת, דערנאך געזאגט שיר השירים בהיכל ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה.
צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת.
ביים שלחן הטהור איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס הי"ו מראשי קהלתינו הק' מאנטריאל. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הרה"ג ר' אלכסנדר בלויא שליט"א ר"מ בישיבת סקווירא פון מאנטריאל, הרה"ג רבי חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, מוה"ר מאיר ישי טייכמאן הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר יצחק שלמה בראדי הי"ו פון מאנסי.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען אז מיר שטייען יעצט שבת חזון, פארוואס טאקע ווערט דאס אנגערופן חזון, ווייל עס שטייט אין פסוק הנה עין ה' אל יראיו למיחלים לחסדו, למיחלים מיינט מען האפט צום אייבערשטן, מען פארלאזט זיך אינגאנצן אויפן אייבערשטן, און מען קוקט ארויף צום רבוש"ע אזוי ווי א עני, עני איז די אותיות עין, דעמאלטס קוקט דער אייבערשטער אויף אים. שבת איז שמא דקודשא בריך הוא, אזוי ווי מען זאגט אינעם זוהר הק' ליל שבת קודש, פאר דעם הייסט די שבת 'שבת חזון', עס איז די שבת אויף וואס דער אייבערשטער קוקט זיך אום אויף אונז אויף א שטערקערע בחינה, און שיקט אונז אראפ אלע השפעות טובות.
עס שטייט פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע, אז ווען משיח וועט קומען וועט שבעה עשר בתמוז זיין יו"ט ראשון, תשעה באב וועט זיין יום טוב שני, און די דריי וואכן אינצווישן וועט זיין חול המועד. אבער הרה"ק מ'רוזשין זי"ע האט געזאגט איך בין מחולק, תשעה באב וועט זיין יו"ט ראשון, שבעה עשר בתמוז וועט זיין יום טוב שני, און די גאנצע יאר אינצווישן וועט זיין חול המועד. אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב.
ברהמ"ז על הכוס הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, שיר המעלות הב' יוסף בראדי ני"ו, שבח נותנים מו"ה יעקב אהרן הערשקאוויטש הי"ו.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, שחרית האט געדאווענט מו"ה אהרן שווארץ הי"ו משמש ביהמ"ד הגדול.
די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר הערש אלימלך קאהן הי"ו, לוי הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו, שלישי הרה"ג ר' אלכסנדר בלויא שליט"א, רביעי מוה"ר הערשל (בר"א) פריעדמאן הי"ו, חמישי מו"ה אהרן שווארץ הי"ו, ששי הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, שביעי הרב גדלי' דזשעף שליט"א פון לעיקוואד, הוספות: מו"ה יעקב אהרן הערשקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, מו"ה אברהם מאיר פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, אחרון מוה"ר נחמי' צבי שווארץ הי"ו, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און עולה געווען מפטיר. הגבה מוה"ר בערל גרינבוים הי"ו פון וומסב"ג, גלילה מו"ה אשר ענזיל גליק הי"ו פון מאנסי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף, פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר מאיר ישי טייכמאן הי"ו פון וומסב"ג.
*
ביים בייטאג טיש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים ותלמידי ישיבה גדולה זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הב' יעקב אלימלך קליין ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה, אז ביום השביעי מוה"ר זלמן לייב קרויס הי"ו פון מאנטריאל.
ברהמ"ז על הכוס הרה"ג ר' אלכסנדר בלויא שליט"א, שיר המעלות הב' יצחק אייזיק וועבערמאן ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה.
*
שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה מוה"ר אליעזר זוסיא סג"ל קרויס הי"ו חבר מקהלת המנגנים, די עליות האבן עולה געווען כהן הרב נחמן כהנא (בן אדמו"ר מ'ספינקא) שליט"א, לוי הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס הי"ו פון מאנטריאל, שלישי מוה"ר שלמה זאב וועזעל הי"ו, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, גלילה הב' בן הרב נחמן כהנא שליט"א. קידוש ביי סעודה שלישית כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א.
ביי די שלש סעודות תורה האט דער רבי ארומגערעדט בתודה"ק אז עס שטייט אין די סדרה אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל, לכאורה משה רבינו איז דאך געווען כבד פה און פלוצלינג דא האט ער געקענט רעדן, נאר אלה הדברים אשר דבר משה גייט ארויף אויף די צדיק שבכל דור ודור, דער צדיק דארף רעדן און מוסר זאגן פארן דור.
מיר שטייען יעצט אין די ימי בין המצרים, אין די יעצטיגע טעג דארפן מיר טון וואס מיר קענען, שוין צו זוכה זיין צו די גאולה השלימה, דורכ'ן טון א אתערותא דלתתא וועט מען פון אויבן מאכן א אתערותא דלעילא און אונז טאקע אויסלייזן. די אתערותא דלתתא מאכט מען דורכ'ן אויפהייבן די כבוד השכינה הק', וויאזוי הייבט מען די כבוד השכינה, דורכ'ן אנהאלטן די גדרי הקדושה והצניעות פון די הייליגע שטאט, וואס רבינו הקדוש זי"ע האט דאס אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש, און דורכ'ן מכבד זיין די בית המקדש מעט, דאס זענען די בתי מדרשים, חלילה נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אפרעכטן א דאווענען כתיקונה.
דורכ'ן נזהר זיין בכבוד השכינה הק' ווי עס דארף צו זיין, וועט זיכער אראפקומען אלע גוטע השפעות, און מען וועט זוכה זיין בקרוב צו די גאולה השלימה, וימים האלו יתהפכו לימי ששון ושמחה, בביאת גואל הצדק בב"א.
דערנאך האט מען געזינגן ווארימע ניגוני התעוררות, ניגוני גלות וגאולה, און הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל האט פארגעזינגן עטליכע אידישע ניגונים. מיט די זמירות סעודה שלישית זענען מכובד געווארן: ידיד נפש הרה"ג ר' איסר נפתלי מערמעלשטיין שליט"א, קל מסתתר הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, אין כאלקינו מוה"ר הערש אלימלך עסטרייכער הי"ו, ברכי נפשי מוה"ר משה יצחק הערשקאוויטש הי"ו.
שיר המעלות הב' ישעי' מנחם קליין ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה, דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס הב' מאיר ארי' הערשקאוויטש ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב, הגבהת הכוס הב' ישראל קרויס ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה, די הבדלה האט געהאלטן החתן מרדכי ראטטענשטיין הי"ו מתלמידי ישיבה גדולה.
ביי די שיחות קודש האט דער רבי דערציילט פונעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע און פונעם הייליגן עלטער פעטער הרה"ק הבאר מנחם מ'קאלוב זכותו יגן עלינו.
דערנאך האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול. |