מתאחדת - מאנטאג מטו"מ תשפ"ד #837

Top Banner

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שבת קודש פרשת פנחס תשפ"ד

צו הערן

שיחות קודש מוצאי שבת קודש

פרשת פנחס תשפ"ד

צו הערן

מעמד שיחות קודש מוצאי שבת קודש פנחס

 

הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א

צו הערן

הרבני הנכבד מוה"ר אהרן אונגאר הי"ו

צו הערן

 

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

יום א' מטו"מ

בהלכות בציעת הפת - בהקדם שיעור בספר תהלים

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק'

בהל' קדיש - יום א' מטו"מ

צו הערן

הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א

מגיד שיעור על קול איחוד

שיעור יומי על הפרשה - א' מטו"מ

צו הערן
  • ichud

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos

 

קרית יואל

  • moduos

שבת קודש פר' פנחס בצל הקודש


ביים זמן הדלה"נ האט דער רבי געצינדן די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע און די נרות שבת, דערנאך געזאגט שיר השירים בהיכל ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה.

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת.

ביים ערשטע חלק שלחן הטהור בהיכל הכולל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה, איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרבני הנגיד ר' אהרן אונגאר הי"ו פון מאנסי.  נאך די פיש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א אויפצוטרעטן פאר די בחורי חמד, ווי ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין אזא הייליגע ישיבה, אויף אזא הייליגע מקום, און מען דארף אויסנוצן די זמנים פון די בחור'ישע יארן אויסצושטיין בתורה ובעבודה.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברי תורה פאר די תלמידי הישיבה, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די יעצטיגע זמן, די ימי בין המצרים, דער אייבערשטער איז נענטער צו אונז אין די טעג, וויבאלד ס'איז שכינתא בגלותא, ווי עס שטייט כל רודפי' השגיהו בין המצרים, כל רודף קה, ווער עס וויל אנקומען צום אייבערשטן, השיגוה בין המצרים, קען מען אים דערגרייכן אין די ימי בין המצרים, בפרט די שבתים פון די דריי וואכן, זענען נאך גרעסער ווי א גאנץ יאר, ווי צדיקים טייטשן רב לך שבת בעמק הבכא. אזוי אויך שטייט אין די וואכעדיגע סדרה אלע ימים טובים, קריאה מעורר הזמן, דארף מען זעהן אויסצונוצן די זמן, און מקבל זיין אלע השפעות טובות.

ביים שלחן הטהור פאר כל הקהל הקודש בהיכל ביהמ"ד הגדול זענען מכובד געווארן מיט די זמירות: הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, הרה"ג דומ"ץ סקווירא שליט"א מאנטריאל, הרה"ג רבי ישכר דוב משה סג"ל טירנויער שליט"א, אב"ד ראדאשיץ שליט"א קרית יואל, הרב משה כ"ץ שליט"א פון מאנסי נכד רביה"ק זי"ע, מוה"ר אליעזר דוד ראטמאן הי"ו פון לעיקוואד.

דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען אז עס שטייט אין אלע ספרי חסידות אז די יעצטיגע דריי וואכן, די ימי בין המצרים, זענען הויעכע טעג, דאס איז אנטקעגן די טעג פון חודש תשרי, די ימים נוראים און סוכות, אזוי ווי פון שבעה עשר בתמוז ביז נאך תשעה באב איז דא כ"ב ימים, דאס זעלבע איז דא פון ראש השנה ביז נאך שמיני עצרת איז אויך דא כ"ב ימים.

און ווי דער הייליגע אור מלא זי"ע שרייבט, א ראי' צו דעם אז דאס איז זה כנגד זה, וויבאלד מען זעהט אז תשעה באב ביי מנחה ליינט מען אין די קריאה די פסוק פון אתה הראית לדעת כי השם הוא האלקים אין עוד מלבדו, וואס די זעלבע פסוק זאגט מען שמחת תורה, זעהט מען אז דאס איז איינס קעגן אנדערן.

פאר דעם ליינט מען די פסוק אין די טעג, טייטשנדיג די פסוק, אתה הראית לדעת, כי "השם הוא האלקים", מען דארף וויסן, אז די יעצטיגע שווערע טעג די ימי בין המצרים, איז אויך רחמים, דער מדת הרחמים באהאלט זיך אין די טעג אין די מדת הדין, אבער מען דארף וויסן אז מען קען אסאך מער נענטער ווערן צום אייבערשטן, אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב.

ברהמ"ז על הכוס הרה"ח אלי' שפיטצער הי"ו, שיר המעלות הב' שלום מאירוביץ ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה.

דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכור פון בן הנולד צו מו"ה אברהם פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט טועם געווען פון די זכור בונדלעך און ווארעם אנגעווינטשן די עלטערן און זיידע'ס ברכות לרוב. שבח נותנים מוה"ר אברהם חיים סג"ל קרויס הי"ו פון וומסב"ג.

*

שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח אלי' שפיטצער הי"ו, שחרית האט געדאווענט הרב חיים לייב כהנא שליט"א.

די עליות האבן עולה געווען: כהן הרב חיים לייב כהנא שליט"א, לוי הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, שלישי מוה"ר מנחם אלי' פאפלאנאש הי"ו פון קרית יואל, רביעי מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, חמישי מוה"ר בנימין ישראל מאיר פאפלאנאש הי"ו פון וומסב"ג, ששי הרה"ח אלי' שפיטצער הי"ו, שביעי הרה"ג אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הוספות: מו"ה אברהם פריעדמאן הי"ו, החתן שמעון ראטטענשטיין ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה, מו"ה משה ראזענצווייג הי"ו און דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, מו"ה יואל יוסף מאירוביץ הי"ו און דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, הרבני הנגיד הרב מאיר יעקב טעסלער שליט"א פון קרית יואל, הרבני הנגיד ר' אהרן אונגאר הי"ו פון מאנסי, אחרון הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, מפטיר האט עולה געווען הבחור הבר מצוה בן מוה"ר ישראל מרדכי קרויס הי"ו. הגבה מוה"ר מנחם יודא קרויס הי"ו פון בארא פארק, גלילה מוה"ר יוסף מאיר קליין הי"ו פון בארא פארק.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר הערשל פריעדמאן הי"ו פון מאנסי.

*

ביים בייטאג טיש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה ואורחים החשובים זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרב מאיר יעקב טעסלער שליט"א, אז ביום השביעי מוה"ר שלום פולטמאן הי"ו פון מאנטריאל.

ברהמ"ז על הכוס הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, שיר המעלות הב' קלמן לייב גראס ני"ו.

*

שבת נאכמיטאג האט פארגעלערנט פרקי אבות הגה"צ רבי ישראל מרדכי סג"ל שליט"א בהיכל ביהמ"ד הגדול.

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח אלי' שפיטצער הי"ו, די עליות האבן עולה געווען כהן הרבני הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגעל הי"ו פון מאנסי, לוי הרה"ג דומ"ץ סקווירא שליט"א, שלישי מוה"ר יצחק אייזיק ברוין הי"ו פון פלעטבוש, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, גלילה מוה"ר משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו. קידוש ביי סעודה שלישית מוה"ר יצחק לוי פרושינובסקי הי"ו פון מאנסי.

ביי די סעודה שלישית תורה האט דער רבי ארומגערעדט איבער מחזק זיין און אנהאלטן די תקנות פון די הייליגע שטאט וואס רבינו הקדוש זי"ע האט מייסד געווען, מען זעהט אין די סדרה פנחס האט מקנא געווען קנאת ה', נאכדעם וואס די בנות מואב האבן געמאכט זינדיגן די אידן, האט ער געמאכט א חומה עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל, ער האט מחזק געווען די חומת הקדושה ביי אידישע קינדער, דאס זעלבע דארפן אונז זעהן צו מאכן שטארק די חומה וואס רבינו הקדוש זי"ע האט אוועקגעשטעלט, דאס זענען די גדרים וסייגים צו האלטן הייליג דאס פלאץ.

מען זעהט די סיבה פארוואס מען פאסט שבעה עשר בתמוז איז ווייל ס'געווען יום גבר האויב ותבקע העיר, מען האט דורכגעבראכן די מויער פון ירושלים, די מויער מיינט מען אויך די מויער ברוחניות, די חומת הקדושה, אויף דעם דארף מען תשובה טון, צו האלטן די חומת הקדושה שטארק, אפגעזונדערט פון די גוי'שע גאס ומיניהם, און בזכות פון תשובה טאן וועט מען שוין זוכה זיין בקרוב צום ביאת גואל הצדק בב"א.

מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: ידיד נפש הרב מאיר יעקב טעסלער שליט"א, קל מסתתר מוה"ר אהרן אונגאר הי"ו, אין כאלקינו מו"ה יואל יוסף מאירוביץ הי"ו, ברכי נפשי מו"ה אברהם פריעדמאן הי"ו.

ברהמ"ז על הכוס הרב חיים לייב כהנא שליט"א, שיר המעלות הב' יואל בינער ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, הרה"ח נפתלי לעבאוויטש הי"ו, הרה"ג אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הרה"ח יעקב שאול ראטטענשטיין הי"ו, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א.

צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרב חיים לייב כהנא שליט"א, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגעל הי"ו, די הבדלה האט געהאלטן הב' הערשל ענגעל ני"ו.

ביי די שיחות קודש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א צו פארציילן, דערנאך האט דער רבי דערציילט פונעם הייליגן רבי שלמה מ'קארלין זי"ע, און דערנאך מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אהרן אונגאר הי"ו צו פארציילן.

דערנאך האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.

 


לעבעדיגע בילדער פון די בוי ארבעט אויף די ראוד'ס אין קריתינו הק' וואס זעצט פאר מיטן פילן שוואנג


 

  • mamudim
  • mamudim

 


דערמאנונג צו לערנען די בלעטער צום סיום הש"ס


הנהלת חברה ש"ס טוט דערמאנען די הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אינעם חברה ש"ס, און זיך מקבל געווען צו לערנען זיבן בלאט לעילוי ולטובת נשמת רבינו הקדוש זי"ע, אז מען האט אין די פארגאנגענע וואכן ארויסגעשיקט די בריוון צו יעדעם איינעם מיט זיינע זיבן בלאט, וואס דאס דארף מען ענדיגן יעדעס יאר אויף די יארצייט, און אזוי אינאיינעם האבן א חלק אין די צענטראלע סיום הש"ס וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט מאכן ביים סעודת הילולא קדישא מוצש"ק ראה הבעל"ט.

אויב האט איר עס נישט באקומען, אדער איר האט פארגעסן אייערע בלעטער, קענט איר עס אלעמאל הערן אויפן קול איחוד ביים חברה ש"ס אפטיילונג נומער 86 פון די מעין מעניא.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו.

  • muzon
  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech