דערהויבענע הדלקה וסעודות הילולא קדישא י"א תמוז - בהיכל ישיבתינו הקדושה תפארת משולם פייש
דעם מיטוואך בלק י"א תמוז העעל"ט, יומא דהילולא קדישא פון רבינו הקדוש שר בית הזוהר מרן העטרת צבי זיעועכ"י, איז געפראוועט געווארן גאר דערהויבן בהיכל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק, ווען צום ערשט האט דער משגיח ושו"מ הרה"ג מנחם מענדל סג"ל גאלדשטיין שליט"א אויפגעטרעטן בדברי הכנה, ארומרעדנדיג עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא, און איבער די מימרא פונעם הייליגן שינאווא רב זי"ע, גדלו לה' אתי, ווען מען קען נישט אנקומען ל"ג בעומר אין מירון, וועט מען קענען די זעלבע אויפטון מיטן זיין י"א תמוז אין זידיטשוב. דערנאך האט מען געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות.
נאך תהלים איז מען ארויס צום חצר הישיבה ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הדלקה, מען האט געזינגן ניגוני התעוררות, דער מנהל שליט"א האט געגאסן די אויל, און דער משגיח שליט"א איז מכובד געווארן אנצוצינדן די הדלקה, מען האט געזינגן אלע ניגוני ל"ג בעומר, נאך די הדלקה איז פארגעקומען די גרויסארטיגע סעודת הילולא קדישא בהיכל הישיבה, בראשות הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, ר"מ בישיבה. די בחורים האבן אנגעפירט די ניגונים לכבוד היום, און הגה"צ רבי חיים שליט"א האט אויפגעטרעטן איבער די גרויסע עבודה פונעם היליגן בעל ההילולא, זיין קשר צום הייליגן רבן שמעון בר יוחאי, זיין ספר איז א השלמה צו די זוהר הק', וואס מיט דעם וועט מען ארויסגיין פון גלות, און וואס מען קען זיך אראפלערנען פון זיינע הייליגע מעשים.
ברהמ"ז על הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ רבי חיים שליט"א. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו וימליץ טוב בעדינו! |