באריכט פונעם באזוך פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין ניו יארק לרגל השמחה במעון הקודש
דעם דינסטאג שלח אינדערפרי איז דער רבי ארויסגעפארן קיין ניו יארק צו באשיינען די שמחת הוואכנאכט און ברית מילה פון א אייניקל, בן הנולד צו הגה"צ רבי יצחק אייזיק אלכסנדר ליפא סג"ל שליט"א, ראה"ח עבודת עבודה בבית מדרשינו תפארת משולם אין וויליאמסבורג.
פארנאכטס איז פארגעקומען א אסיפה אינאיינעם מיט די חברי הנהלת בית חינוך לבנות 'בית חוה' אין וויליאמסבורג, אין שטוב פון הגה"צ רבי אייזיק סג"ל שליט"א.
שפעטער איז פארגעקומען א אסיפה מיט אברכי אנ"ש תושבי וומסב"ג, ווי דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש איבער די נייע בית חינוך לבנות, דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הרב ר' יחיאל נטע גליק שליט"א בן הגאון הדומ"ץ שליט"א ומחברי הנהלה, און דערנאך פון הרה"ח ר' אברהם יצחק מערמעלשטיין הי"ו מחברי הנהלה.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה מעריב בבית האכסניא.
*
מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו תפארת משולם אין וויליאמסבורג, פארן עמוד האט געדאווענט מוה"ר ישראל זאב סג"ל שווארץ הי"ו.
שפעטער איז דער רבי אנגעקומען אין בארא פארק, ווי דער רבי האט אויפגענומען קבלת קהל. שפעטער האט דער רבי געדאוונט מנחה בבית מדרשינו, און זיך געטראפן מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס.
שפעטער איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו תפארת משולם אין וויליאמסבורג, ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הוואכנאכט פונעם אייניקל, בן בנו הגה"צ רבי יצחק אייזיק אלכסנדר ליפא סג"ל שליט"א, אין ביהמ"ד שער התפלה טשערנאוויץ, ווי דער רבי האט באשיינט די אויבן אן פאר א לענגערע צייט, רבינו שליט"א האט פארציילט די מעשיות וואס מען דערציילט ביים וואכנאכט, און דערנאך געמאכט א לחיים, און די עולם איז אריבער ווינטשן מזל טוב. דערנאך האט מען אריינגעברענגט די קינד, און מען האט געליינט קריאת שמע און המלאך כנהוג.
שפעטער איז דער רבי אריבער צום שמחת החתונה פון בת מוה"ר בצלאל פישער הי"ו מאנ"ש תושבי וויליאמסבורג, אין די זאלן פון פרדס פיגא, ווי דער רבי האט באשיינט די אויבן אן, און ווארעם געווינטשן די חתן און מחותנים און זיידע'ס.
*
דאנערשטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשינו תפארת משולם אין וויליאמסבורג, פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח משה שמעון פעלבערבוים הי"ו. די עליות האבן עולה געווען כהן הרה"ח חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו, לוי דער אבי הבן הגה"צ רבי אייזיק סג"ל שליט"א, שלישי דער מוהל הרה"ג אהרן צבי שנעעבאלג שליט"א. הגבה הרה"ח מרדכי מאיר הכהן לאנדאוי הי"ו, גלילה הב' יצחק שווארץ ני"ו.
ביים ברית האט דער רבי מכבד געווען מיט סנדקאות דער זיידע האדמו"ר מ'טשערנאוויץ שליט"א, און מיט אמירת הברכות דער מחותן הרה"ג אב"ד שער התפלה שליט"א, ויקרא שמו בישראל מנחם מענדל, נאכן זיידן הגאון הצדיק רבי מנחם מענדל שנעעבאלג זצ"ל, גאב"ד מאנשעסטער. רבינו שליט"א איז געווען סנדק מעומד.
נאכן ברית האט דער געבענטשט דאס קינד, און די עולם איז אריבער ווינטשן מזל טוב, און געזינגן ניגוני שמחה.
דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית, במשכן סעודה האבן אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים דער זיידע האדמו"ר מ'טשערנאוויץ שליט"א, דער אבי הבן הגה"צ רבי אייזיק סג"ל שליט"א, און דער מחותן הרה"ג אב"ד שער התפלה שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט מכבוד געווען הרב הגאון הדומ"ץ שליט"א מיט יום ליבשה, און מיט ברהמ"ז על הכוס דער מחותן הרה"ג אב"ד שער התפלה שליט"א.
די אב הרחמן'ס זענען צוטיילט געווארן צווישן זקני אנ"ש: הרה"ח חיים יחקאל לאנדאוי הי"ו, הרה"ח וואלף גרינבוים הי"ו, הרה"ח הערשל סג"ל שווארץ הי"ו, הרה"ח הנגיד אברהם משה שלאגער הי"ו.
תיכף נאכן סעודת ברית איז דער רבי ארויסגעפארן אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין קריתינו הק', ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 6:15 נאכמיטאג. |