שבת קודש פר' תזריע בצל הקודש
ביים זמן הדלה"נ האט רבינו שליט"א געצינדן די נרות שבת און נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע, דערנאך געזאגט שיר השירים.
ליל שב"ק איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת.
ביים שלחן הטהור איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש העסקן מו"ה שמואל הערש ווייס הי"ו. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הגה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א, הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן, הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א חדב"ן, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הרה"ח ר' אהרן פרושינובסקי הי"ו.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך. ברהמ"ז על הכוס הגה"צ רבי זאב ראזענבוים שליט"א חדב"ן, שיר המעלות הב' אלימלך סג"ל ראטמאן ני"ו. שבח נותנים הרה"ג ר' משה מאירוביץ שליט"א.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו לרגל די יארצייט פון זיין טאטע הרב החסיד מוה"ר שלום אליהו ז"ל, שחרית האט געדאווענט מו"ה איתמר פעלבערבוים הי"ו.
די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר נפתלי צבי ברוך לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי הגה"צ רבי ישכר דוב משה סג"ל טירנויער שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, שלישי הרה"ח ר' פישל פעלבערבוים הי"ו, רביעי הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, חמישי מוה"ר מרדכי ווידער הי"ו, ששי כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, שביעי מו"ה הערשל בר"א פריעדמאן הי"ו, הוספות: מו"ה שמואל הערש ווייס הי"ו, אחרון הב' שלום אלי' ברש"י פעלבערבוים ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און מפטיר האט עולה געווען הב' הבר מצוה בן מו"ה הערשל פריעדמאן הי"ו. הגבה מוה"ר לייב פריעדמאן הי"ו, גלילה הב' שלום אלי' ברי"ב קרויס ני"ו מתלמידי ישיבה קטנה. צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פישל פעלבערבוים הי"ו.
*
ביים בייטאג טיש בהיכל הכוללים אינאיינעם מיט די אורחים החשובים, זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הב' יעקב אלימלך קליין ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה. אז ביום השביעי העסקן מוה"ר יצחק אייזיק ווייס הי"ו, ברהמ"ז על הכוס הרה"צ רבי יודא יחיאל גרינוואלד שליט"א חדב"ן, שיר המעלות הב' אלעזר ארי' סג"ל יונגרייז ני"ו.
*
שבת נאכמיטאג צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען מוה"ר אשר לעמיל פעלבערבוים הי"ו, די עליות האבן עולה געווען ראשון הגה"צ רבי שמואל פריעדמאן שליט"א חדב"ן, שני הגה"צ רבי מרדכי יודא פיש שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, שלישי הרה"ג ר' נתן נטע זעליג ווייס שליט"א, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, גלילה מו"ה אברהם גאלדבערג הי"ו. קידוש ביי סעודה שלישית כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א.
ביי די תורה האט דער רבי ארומגערעדט בתודה"ק איבערן וויסן און געדענקן מה חובתו בעולמו, תשובה טוען, לערנען און דאווענען, טוען מצות און מעשים טובים, רעדן גוטס אויף אידישע קינדער, ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן ברוחניות ובגשמיות, מיר דארפן געדענקן וויפיל רבינו הקדוש זי"ע האט זיך אוועקגעגעבן פאר א צווייטן איד אין אלע ענינים, כסדר געטיילט געלט און געטון טובות פאר אידישע קינדער, דארפן מיר נאכגיין אין זיינע הייליגע וועגן, און זיך ריכטיג צוגרייטן צום יום טוב בהכנה דרבה בלב ובנפש.
אזוי אויך דארף זיך יעדער איינער משתתף זיין פאר די קמחא דפסחא, און אזוי ארויסהעלפן אונזערע ברודער וואס האבן נישט גענוג צו קענען אריינברענגן דעם יום טוב, און אזוי וועט דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע השפעות טובות וואס קומען אראפ אין די יעצטיגע טעג, אויספירענדיג בברכות לרוב.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: ידיד נפש הגה"צ רבי מרדכי יודא פיש שליט"א, קל מסתתר מוה"ר הערשל פריעדמאן הי"ו, אין כאלקינו הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א, ברכי נפשי הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו.
ברהמ"ז על הכוס און צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פישל פעלבערבוים הי"ו, שיר המעלות הב' שלמה זלמן הערשקאוויטש ני"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, הגבהת הכוס החתן בנימין גוטמאן ני"ו, די הבדלה האט געהאלטן הב' שמואל לאנדאוי ני"ו פון וומסב"ג.
ביי די שיחות קודש האט דער רבי דערציילט די 3 מסוגל'דיגע מעשיות וואס דער הייליגער אפטא רב זי"ע פלעגט דערציילן.
שפעטער האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.
שיינע מעמד פאר ילדי תלמוד תורה בית יודא אין קריתינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט שענערע סכומים לטובת הת"ת
דעם מוצש"ק העעל"ט ביי קבלת קהל זענען אריין אל הקודש פנימה די פרחי העסקנים, די ילדי תלמוד תורה בית יודא אין קריתינו הק', אינאיינעם מיט די הנהלת הת"ת, וועלכע האבן אריינגעברענגט שענערע סכומים לטובת התלמוד תורה במשך ימי הפורים העעל"ט.
דער רבי האט משמיע געווען ברכות הקודש, ארויסברענגענדיג די גרויסע חשיבות און גרויסקייט מיטן ארויסהעלפן פאר די תלמוד תורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער דעם רבי'ן ווי יעדער האט געהאט די זכי' צו געבן די האנט און מקבל זיין ברכת הקודש.
הרבנים הגאונים שליט"א דרוקן אויס געוואלדיגע התפעלות פון די קלארע תשובות פון בחורי ישיבתינו הקדושה "תפארת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק נאך די בחינות אויף די לימודי שולחן ערוך
דעם פארגאנענעם דאנערשטאג פרשת תזריע, ג' ניסן העעל"ט איז פארגעקומען בהיכל ישיבתינו הקדושה תפארת משולם פייש ד'טאהש א ספעציעלע בחינה אויף די לימודים פון שולחן ערוך, וועלכע איז געלערנט געווארן דעם זמן החורף העעל"ט.
בחורי שיעור ב' וועלכע האבן געלערנט און זיך געשטעלט צום פארהער אויף טור וב"י שו"ע והנושאי כלים סימן ש"ח בהלכות שבת ביי הגה"צ בעהוצער רב שליט"א. א לענגערע צייט האט דער רב פארהערט די חשובע בחורים, וועלכע האבן מיט א געוואלדיגע בקיאות און קלארקייט געענטפערט אויף די שאלות.
בחורי שיעור א' וועלכע האבן געלערנט און זיך געשטעלט צום פארהער אויף טור וב"י שו"ע והנושאי כלים כל הלכות תפלה ביי הגה"צ זוטשקער רב שליט"א פון מאנסי, די חברותא פונעם שולחן ערוך מגיד שיעור הגה"צ רבי חיים סג"ל שליט"א. א לענגערע צייט האט דער רב פארהערט די חשובע בחורים, וועלכע האבן מיט א געוואלדיגע בקיאות און קלארקייט געענטפערט אויף די שאלות.
אויך די אנדערע לימודים וועלכע זענען געלערנט געווארן דעם ווינטער זמן, די 10 בלאט פון מסכת שבת שיעור עיון, שיעורי בקיאות, און שיעור פשוט זענען די בחורים פארהערט געווארן דורך בחינות בכתב, וועלכע אלע האבן געקענט און געענטפערט דבר דבור על אופניו בבקיאות נפלא.
די פארהערן סוף זמן איז בנוסף צו די בחינות בכתב וועלכע ווערט געגעבן פאר די בחורים יעדע וואך באזונדער אויף אלע שיעורי הישיבה.
אלע בחורי חמד האבן באקומען זייער פארדינטע כתבי הצטיינות, און ווערטפולע ספרי קודש געוואנדן לפי מדריגתם.
*
באזונדער האט די ישיבה צוגעשטעלט א ספעציעלע לוח פאר די ימי בין הזמנים טעג, וואו די בחורים וועלן איבער'חזר'ן די אלע לימודים פון א גאנצן זמן אויף א ספעציעלע סדר.
דער חשובער מנהל הישיבה הרב הגאון רבי מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א האט אין די טעג וואס מ'האט אריינגעצויגן נאך ראש חודש ניסן כדי שלא יבוטל התמיד אין די הייליגע ניסן טעג אויסגענוצט די געוואלדיגע געלעגנהייט און שטארק מחזק די חשוב'ע בחורים אויסצוניצן די מסוגל'דיגע טעג מיט לימוד התורה, און איבער חזר'ן די לימוד הישיבה. און מעורר געווען אז מ'דארף זיך צוגרייטן צום הייליגן פסח וואו ס'דארף צו זיין, מיטן לערנען די הלכות וספרי חסידות.
באזונדער האט דער מנהל פארגעלערנט מספרי הקודש איבער דעם הייליגן חג האמונה, און בנועם שיח אריינגעבאקן די וויכטיגע יסודות פון א איד ממשנתו פון הייליגן מהר"ל מפראג בספרו הקדוש גבורות ה', ובמיוחד פון א חסידישע בחור מספרי הקודש פון הייליגן בני יששכר ועוד, אזוי אוועקשטעלענדיג די בחורים יסודות'דיג מיט די קלארע השקפת החיים ועוד.
*
אויך די חבורת "עבודת התפלה" וועלכע פיגוריט א גאנצן זמן אין די ישיבה, בראשות ראש החבורה הרה"ג רבי ישראל ישכר בער לייפער שליט"א ר"מ בישיבתינו הקדושה, בנוסף צו די אנדערע חבורות "חבורת הסדרה" און "חבורת תלמודו בידו", וואו די חשובע בחורים צייכענען זיך יעדן טאג באזונדער, עטליכע ענינים וקבלות בכוונת התפלה ובעבודת השי"ת, ווי אויך לערנט מען כסדר די טייטש פון דאווענען אויף א ספעציעלע סדר. האט יעצט צו די בין הזמנים טעג צוגעשטעלט א באזונדערע קארטל וואו די בחורים זאלן טעגליך צייכענען זייערע התנהגות בעבודת ובכוונת התפלה וכדו'.
די צייכענען קארטלעך פון חבורת "עבודת התפלה" האט יעדע וואך אויך דריי באזונדערע שאלות וועלכע די בחורים ענטפערן בכתב, "מדור פירוש המילות", "מדור ההלכה" "מדור וחידותם משתעשעות".
ווי אויך א ברענעדיג הלכה למעשה שטיקל מספרי הקודש "עבודת עבודה" וועלכע דער בחור דארף לערנען דריי מאל און ארויסזאגן דבריו הקדושים בפה מלא, כדי ס'זאל אריינגיין אין הארץ, און ווערן עצם מעצמיו.
די אלע חשוב'ע בחורים וועלכע האבן אויסגעפילט די קארטלעך מדי שבוע בשבוע און מיטגעהאלטן אלע תקנות החבורה האבן באקומען לפרס ומנחת הוקרה א "הגדה עבודת הלוי" לכבוד חג הפסח.
אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו! |