והיו עיניך רואות את מוריך: אום 8:50 איז דער רבי ערשינען בשערי היכל ביהמ"ד הגדול צום סעודת החתונה, און אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה במקהלות אלופי אלפי החסידים, זינגענדיג קול רנה וישועה באהלי צדיקים א לענגערע צייט, ווי די גאנצע עולם הייבט זיך אין די לופטן בשמחת רבינו, אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס אויפן גאנצן לענג פונעם היכל הביהמ"ד, טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, בחורים און אינגעלייט, שוועבענדיג אין העכערע לופטן אין די עולם השמחה.
דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, מעריך געווען שלחנו הטהור, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פון די מאכלים. ווען דערביי האט מען געזינגן ניגוני שמחה אנגעפירט דורך די מקהלות המנגנים דחצרות קדשינו. נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געווינטשן פאר כל הקהל הקודש אינאיינעם ברכות וישועות לרוב.
גאר התרגשות'דיג איז געווען ווען דער חתן איז ערשינען צו די חתונה, און גלייך זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם טאנץ מיט די זיידע'ס הרבנים שליט"א, און מיטן מחותן אבי החתן שליט"א.
דער חתן איז דערנאך ערשינען אין צענטער פון ביהמ"ד ווי ן רבינו שליט"א האט געטאנצן מיטן חתן מיט גרויס התלהבות וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די פרייליכע און געהויבענע ריקודין וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי שעה, ווען דער ציבור הייבט זיך אין די לופטן מיט גרויס חיות און התלהבות, ווען במשך די זמן איז די גאנצע עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און מקבל געווען ברכת הקודש בעידן חדוותא.
דורכאויס די גאנצע שמחת החתונה האבן באשיינט די אויבן אן רבני ודייני קהילותינו הקדושות די בכל אתר ואתר, און צענדליגער אדמורי"ם ורבנים גאונים וצדיקים, מחותנים וקרובי המשפחה, ווי אויך אלע רבני ודייני עיר מאנטריאל, ובמיוחד כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א, ווי דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ספעציעלע טאנץ.
ספעציעל האט באשיינט די השתתפות פונעם גרויסן עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א, וואס איז געקומען צו פארן ממעון קדשו ספעציעל צו די גרויסע חתונה, און איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורך רבינו שליט"א, און באשיינט די חתונה פאר א לענגערע צייט. דער פאפא רבי שליט"א האט געטאנצן מיטן חתן און מחותנים, און באזונדער האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א דערהויבענעם ריקוד מיטן פאפא'ן רבי'ן שליט"א פאר א לענגערע וויילע.
דער ציבור ביים ענטפאנגן כ"ק מרן רבינו שליט"א בתופים ובמחולות
|