מתאחדת - באריכט פונעם גרויסן חתונה ח"א - דינסטאג בא תשפ"ד #750

Top Banner

שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו

באריכט ח"א - קבלת פנים וחופה


ווערטער זענען ארעם, און שילדערונגען זענען נישט מעגליך, ארויסצוגעבן די געפילן פון התרגשות ביי אלפי אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, נאכן האבן די זכיה מיטצולעבן די היסטארישע שמחת החתונה פונעם רבינ'ס יונגסטן קינד, נאך לענגערע חדשים ווארטן אויף די גרויסע שמחה, האט מען זוכה געווען צו דערגרייכן דעם געהויבענעם טאג, זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.

די שפראך ביי כלל אנשי שלומינו איז שטום, וויפיל מען הערט פון תלמידים וחסידים איבער די גרויסע חתונה איז עס געווען ברוך השם עפעס העכער אלע ערווארטונגען.

שוין פון דאנערשטאג פארטאגס האבן פילע הונדערטער אורחים חשובים פארפלייצט די שטאט, אנקומענדיג נאכן לאנגע וועג צום עיר הקודש קרית טאהש, און במשכ'ן יום החתונה זענען כסדר די גאסן געווען פיל מיט געסט פון איבער די גאנצע וועלט, און עס האט זיך געשפירט די שמחה אין די לופטן, ווי די גאנצע שטאט פריידט זיך מיט בשמחת רבינו.

צו די באשטימטע זמן האבען די מאסן חסידים געשטראמט צום ביהמ"ד אברכים, וואו די אינעווייניגסטע טישן מיט די הויכשטאקיגע לאנגע פארענטשעס זענען בליץ שנעל אנגעפילט געווארן מקצה אל הקצה.

אום פינף אזייגער איז דער גרויסע מחותן כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אויפן בימת הכבוד, אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, און זענען אנטפאנגען געווארן בשירה וזמרה בשמחה ובחדוה.

די מקהלת המנגנים האבן אנגעפירט מיט ווארימע חסידישע ניגונים א לענגערע צייט, ווען דער גאנצער עולם זינגט מיט בהתעוררות רב, און עס איז ארויף אויפן טיש מיט פאסיגע חרוזים מוה"ר יצחק שמואל שווארץ הי"ו, ארויסברענגענדיג די סגולת הזמן, אריינטייטשנדיג אין די ברכות השמונה עשרה די גרויסע עת רצון אין וואס מען שטייט, אויסרעכענענדיג די גרויסע הייליגע זיידע'ס פון ביידע צדדים, וואס קומען אראפ צום געהויבענעם מעמד החופה. 

דאן האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן עולם, און מען האט מסדר געווען די כתובה, ווען אלס עדות זענען מכובד געווארן הנגידים החשובים מגדולי תומכי המוסדות הרה"ח הישיש ר' בנימין יוסף לעברעכט הי"ו פון מאנטשעסטער, און הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.

דערנאך האט דער רבי אינאיינעם מיטן מחותן אנגעטון די קיטל אויפן חתן, און די קאפל און גארטל פון כ"ק מרן רבינו הקדוש זי"ע, און געלייגט די אש אויפן שטערן, דער רבי האט צום ערשט מכבד געווען דער מחותן מיט די זיידע'ס צו בענטשן די חתן, דאן האט דער רבי געבענטשט די חתן, און דער רבי מיט די מחותנים זענען געגאנגען באדעקן די כלה.

 

בילדער פונעם מעמד קבלת פנים

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

ביי די גראמען

  • mamudim
  • mamudim

 

ביים אנטון די קיטל

און קאפל און גארטל פון רבינו הקדוש זי"ע

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די עדי כתובה ביים אונטערשרייבן

הרה"ח ר' בנימין יוסף לעברעכט הי"ו

און הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו

מגדולי תומכי קהילותינו ומוסדותינו הק'

  • mamudim
  • mamudim

 

ריקארדירונגען פונעם מעמד קבלת פנים

צו הערן
צו הערן
צו הערן
צו הערן

גראמען

ע"י מו"ה יצחק שמואל שווארץ הי"ו

צו הערן
  • mamudim
  • mamudim

 

מעמד החופה

דער גאנצער ציבור איז ארויס צו די געהויבענע מעמד החופה ברחובה של עיר פארנט פונעם בנין בית צירל, ווען די קאפעליע פירן אן מיט די התעוררות'דיגע ניגונים, צווישן אנדערע די הייליגע אהבה רבה ניגון וואס איז נאך מקובל פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, ווי אויך די התעוררות'דיגע עוד יזכור לנו ניגון וואס איז מקובל פון רבינו הסבא קדישא זי"ע, מיט די ד' בבות ניגון פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע, ווען די התעוררות דערגרייכט עד שמי מרום.

מיט סידור קידושין האט רבינו שליט"א מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, א עלטער פעטער פון די חתן, און מיט די כתובה ליינען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א פעטער פון די כלה, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן, מיט די ערשטע צוויי ברכות הגה"צ אב"ד מילדוי שליט"א זיידע פון די חתן, כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א פעטער פון די כלה, כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב שליט"א פעטער פון די כלה, כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א פעטער פון די כלה, און הרבני הנגיד ר' בנימין פיליפסון הי"ו בריח התיכון דמוסדותינו הק'. און מיט ברכה אחריתא הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א, זיידע פון די חתן.

די עדי קידושין זענען געווען הרב מרדכי זיסקינד לאנדא שליט"א פון לאנדאן, און הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו. עדי יחוד זענען געווען הרה"ח ר' אברהם שמואל פייפער הי"ו, און הרה"ח ר' יואל שווארטץ הי"ו.

מיט גרויס התרגשות של שמחה האט רבינו שליט"א משמיע געווען ברכת הקודש, ווינטשנדיג מזל טוב פאר רבינו הקדוש זי"ע און פאר אלע אבות הקדושים שרפי מעלה זי"ע, זאגנדיג פונעם הייליגן ראפשיצ'ער רב זי"ע, די פשט פון די ווארט חופ"ה, די ח' מיט די ה' איז גימ' אח"ד, די ו' מיט די פ' איז גימ' די שם אלקי"ם, און 13 מאל אלקי"ם, כמנין אח"ד, באטרעפט די פסוק "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד", זייענדיג ממשיך ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל, און די זכות פון די "מעמד החופה", ווי מען שטעלט אויף א נייע שטוב פאר השראת השכינה.

עס שטייט אין תהלים ואין בשבטיו כושל, איז טייטש אין חודש שבט זאל מען נישט הערן פון קיין מכשול, און מען זאל פון חודש שבט און ווייטער נאר הערן גוטע בשורות, שבט איז ר"ת שמועות טובות בשורות טובות, שלום טובה ברכה, שמרם ברכם טהרם, און מען זאל זעהן דורות ישרים ומבורכים עד ביאת גואל צדק בב"א.

תיכף דערנאך האט זיך דער רבי מיט די געהויבענע מחותנים און זיידע'ס זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין של שמחה, ווען די גאנצער עולם פריידט זיך מיט בשמחת בית צדיקים.

 

רבינו שליט"א ביים גיין צום באדעקן

  • mamudim

 

מעמד החופה

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

סידור קידושין: כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א

  • mamudim

 

קריאת הכתובה: כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א

  • mamudim

 


ריקארדירונגען פונעם דערהויבענעם

מעמד החופה


 

ניגוני התעוררות

צו הערן
צו הערן
צו הערן

ברכת הקודש

צו הערן

ריקודין קדישין

צו הערן
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech