מתאחדת - ערב יום הקדוש תשפ"ו #1025

Top Banner
  • ads

שיעור כללי בהלכות יום הקדוש

ע"י הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק' - א' האזינו - על קול איחוד טאהש

צו הערן

הרה"ג ר' יוסף חיים לייפער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

הכנה ליום הקדוש - א' האזינו

צו הערן

דערמאנונג פאר די הונדערטער אויסגעצאלטע איחוד מעמבער'ס:


אין די יעצטיגע פארנומענע קאסטבארע ערב ימים טובים טעג, ווען מען קויפט איין די ד' מינים און צרכי החג, זיך גרייטנדיג צום יו"ט סוכות הבעל"ט

בענעפעטירט פון אייער מעמבער קארטל

און געניסט פון די פולע דיסקאונט'ס ביי די אומצאליגע געשעפטן פון אייער שטאט!

 ווען איר אדער אייער ב"ב גייט איינקויפן אויף יו"ט, געדענקט מיטצונעמען אייער מעמבער קארטל, צו ערהאלטן די ווערדפולע דיסקאונטס.

זעהט די לאנגע ליסטע מיט די פונקטליכע געשעפטן און דיסקאונט'ס אויף אייער מעמבער קארטל, אדער דא בייגעלייגט.

 

בברכת גמר חתימה טובה

הנהלת האיחוד

  • ichud
  • ichud

 

מודעה פון די מערכת:

די קומענדיגע גליון "באור החיים" וועט בעז"ה ערשיינען לכבוד חג הסוכות הבעל"ט.

דעדליין פאר מודעות און מז"ט קעסטלעך: מיטוואך 12:00 מיטאג.

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

לוח לחודש תשרי בצל הקודש

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

וועד האש"ל פראקלאמירט:

  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - בארא פארק

  • moduos

 

זמנים ליום הקדוש בבתי מדרשינו די בכל אתר ואתר

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

באריכט פון יו"ט ראש השנה בצל הקודש


גאר דערהויבן איז פארריבער דעם 'ונתנה תוקף קדושת היום', דעם יו"ט ראש השנה בצל הקודש, ווען הונדערטער אידן האבן זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע טאג, וואס כל באי עולם יעברון כבני מרון, בצל הקודש פון רבינו שליט"א, וואו עס האבן זיך אנגעזעהן די געסט פון איבעראל וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם יום טוב בצילא דמהימנותא קדישא.

 

ערב ראש השנה

בשעה 4:30 פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות בהיכל ביהמ"ד הגדול, געצינדן ליכט און פארגעזאגט ביים עמוד מיט גרויס התעוררות.

במשך די סליחות זענען מכובד געווארן מיט פתיחת הארון כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א און הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

נאך סליחות איז פארגעקומען די תפלין לייגן פאר הב' הבר מצוה בן הרה"ג ר' יעקב סג"ל קרויס שליט"א, ר"מ בישיבה קטנה אור החיים אין קריתינו הק', דער רבי האט געגעבן ווארימע דברי הדרכה, און נאכן תפלין לייגן אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן בר מצוה בחור און די עלטערן, און געגעבן במתנה די ספרי הקודש עבודת עבודה.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת שחרית פארן עמוד האט געדאווענט מוה"ר יחיאל אלתר גוטמאן הי"ו פון מאנסי, די עליות האבן עולה געווען כהן מוה"ר נפתלי צבי ברוך לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי דער בר מצוה בחור, שלישי הרה"ח ר' אהרן הערש קליין הי"ו פון בארא פארק. הגבה הרה"ג ר' יעקב סג"ל קרויס שליט"א, גלילה מוה"ר יואל בר"ש גוטמאן הי"ו פון קרית יואל.

נאכן דאווענען האט דער רבי געמאכט התרת נדרים מיט די זקני ונכבדי העדה.

דערנאך האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל די אורחים החשובים לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין הישיבה.

 

יום א' דראש השנה

ראש השנה ביינאכט א דריי פערטל שעה נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול. כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א איז צו געגאנגען צו תפילת מנחה, און דערנאך האט מען געזאגט אחות קטנה, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות. פתיחה ביי לדוד מזמור איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו חבר הנהלת ישיבה קטנה תפארת משולם פייש פון קרית יואל.

נאך מעריב איז דער עולם אריבער לברך ולהתברך ברכת לשנה טובה פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, וואו ס'געווען צוגעגרייט א רחבות'דיגע סעודה פאר אלע אורחים החשובים. הגבהת הכוס צו קידוש הרה"ח ר' מרדכי מאירוביץ הי"ו פון וומסב"ג.

במשכ'ן טיש האט דער רבי פארגעלערנט משניות די ערשטע פרק, געגעסן די סימנים, געוואונטשן לחיים, געטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און ספעציעל פון די סימנים, עפל מיט האניג, ראש כבש, זיסע מייערן מיט די קרויט.

ברהמ"ז על הכוס הרבני החסיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו, קרית יואל, שיר המעלות הב' אשר זעליג לאנדאוי ני"ו פון וומסב"ג.

*

ראש השנה אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בשעה 7:45, דער רבי האט געזאגט אגרת הרמב"ן, פתח אליהו און תפלה קודם התפלה.

כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א האט פארגעזינגען אדון עולם און געזאגט ברכות פארן עמוד און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א.

במשכ'ן דאווענען איז ווי יאר יערליך געזינגען געווארן די פיוט אתה הוא אלקינו בשמים ובארץ דורך די קינדער קאפעליע, אויף א נייע ניגון וואס איז נתחבר געווארן דורך מו"ה איתמר ארגעל הי"ו, ראש מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו.

ביידע טעג יו"ט האט זיך פארקויפט די עליות פאר הויעכע פרייזן, און די עולם האט זיך אנגערופן ווארעם מיט שיינע סכומים, ביים שנדר'ן פארן ביהמ"ד און פאר די תלמוד תורה אין קריתינו הק'.

די צווייטע ספר תורה האט געטראגן צום באלעמער הרה"צ רבי ישראל מרדכי סג"ל שליט"א. די עליות האבן עולה געווען: כהן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, לוי הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א, שלישי הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו פון קרית יואל, רביעי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א, חמישי הרבני הנגיד ר' שאול שמואל סטרולאוויטש הי"ו פון וומסב"ג. הגבה אויפן ערשטן ספר תורה מו"ה יואל זוסמאן פישער הי"ו, גלילה מו"ה יונה יצחק וואלנער הי"ו. דער רבי האט עולה געווען מפטיר, הגבה אויפן צווייטן ספר מוה"ר אליעזר הערש פישער הי"ו משב"ק, גלילה מוה"ר אלימלך ראזענצווייג הי"ו.

נאכן ליינען איז געווען א קורצע הפסקה, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען מעוטף מיטן בעקיטשע פון דער הייליגער אוהב ישראל אפטא רב זיעועכ"י, און מיטן קאפל און גארטל פון מרן רבינו הקדוש זיעועכ"י, און געהאלטן א פייערדיגע תקיעת שופר דרשה, און מעורר געווען צו תשובה און תיקון המעשים.

דער רבי האט געבלאזן די תקיעות, און בעל מקריא איז געווען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א. דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו תפילת מוסף מיט גרויס התעוררות.

במשכ'ן דאווענען זענען מכובד געווארן אנשים מכובדים דקהלתינו הק' מיט פתיחת הארון, צווישן אנדערע: הרה"ח ר' פנחס ברוך האלפערין הי"ו, הרה"ח ר' פנחס ארי גרינוואלד הי"ו, הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו, הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו, הרה"ח ר' יעקב שמואל סג"ל קרויס הי"ו, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג. פתיחה צו אנעים זמירות מו"ה יצחק שמואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל.

*

נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, אינאיינעם מיט די אורחים החשובים. הגבהת הכוס צו קידוש מו"ה אהרן הערש קליין הי"ו פון וומסב"ג. ביים טיש האט הרה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א פארגעלערנט די צווייטע פרק משניות.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שאול שמואל סטרולאוויטש הי"ו פון וומסב"ג, שיר המעלות הב' יונה גוטמאן ני"ו פון מאנסי. נאכן טיש איז דער רבי צוריק אין ביהמ"ד הגדול לאמירת ספר תהלים ביז מנחה.

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען צום עמוד הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן. פתיחה צו אבינו מלכנו הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו.

*

דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב. פתיחה ביי לדוד מזמור איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו. דערנאך ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשטן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, אינאיינעם מיט די אורחים החשובים. הגבהות הכוס צו קידוש מו"ה משולם פייש ברח"א פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג. נאך קידוש האט דער רבי געמאכט א ברכה אויף די שהחיינו פירות, און געטיילט שיריים.

ביים טיש האט הרה"צ רבי יצחק אייזיק אלכסנדר ליפא סג"ל שליט"א פארגעלערנט די דריטע פרק משניות. און דער רבי האט פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים.

ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' מרדכי מאירוביץ הי"ו פון וומסב"ג. שיר המעלות הב' הערשל פרושינובסקי ני"ו.

 

יום ב' דראש השנה

די צווייטע טאג יו"ט אינדערפרי איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול בשעה 7:45, און אזוי ווי די ערשטע טאג האט דער רבי געזאגט די תפילות און אדון עולם און ברכות פארן עמוד. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, שחרית האט געדאווענט הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א.

די צווייטע ספר תורה האט געטראגן צום באלעמער הרה"ג ר' שמעון עוזר וואגשאהל שליט"א פון מאנסי, נכד רביה"ק זי"ע. די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר יצחק דוב וויינבערגער הי"ו, לוי מוה"ר ישראל הערש פריעדמאן הי"ו, שלישי מוה"ר אלעזר קליין הי"ו, רביעי הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, חמישי הרה"ח ר' יחזקאל שרגא סטרולאוויטש הי"ו פון וומסב"ג, הגבה אויפן ערשטן ספר תורה מוה"ר יצחק נחום האמבורגער הי"ו משב"ק, גלילה מו"ה הערש אלימלך ראטטענשטיין הי"ו.

מפטיר האט עולה געווען הרב יואל הלל וויינבערגער שליט"א פון וומסב"ג, הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה אשר אנשיל זילבערשטיין הי"ו, גלילה מו"ה יחזקאל שרגא יואל הערשקאוויטש הי"ו.

נאכן ליינען איז געווען פאזע פאר 45 מינוט, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צו תקיעת שופר און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' געבלאזן די תקיעות און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף מיט גרויס התעוררות.

במשכ'ן דאווענען זענען מכובד געווארן אנשים מכובדים דקהלתינו הק' מיט פתיחת הארון, צווישן אנדערע: אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הרה"ח ר' שלום מיכל ארגעל הי"ו, הרה"ג ר' יששכר דוב מאירוביץ שליט"א, הרה"ג ר' שמשון פויגעל שליט"א, הרה"ג ר' איסר נפתלי מערמעלשטיין שליט"א, הרה"ח ר' יעקב הכהן קרויס הי"ו, הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא סטרולאוויטש הי"ו פון וומסב"ג. פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' מנחם מענדל יאראסלאוויטש הי"ו פון לעיקוואד.

*

נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בביתו נאוה קודש, אינאיינעם מיט די אורחים החשובים. הגבהות הכוס צו קידוש הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג.

ביים טיש האט הרה"צ רבי ישראל מרדכי סג"ל שליט"א פארגעלערנט די פערטע פרק משניות. ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרב אלי' לייב טירנויער שליט"א נכד רביה"ק זי"ע. שיר המעלות הב' אלעזר ליפא סג"ל שווארץ ני"ו תלמיד ישיבה גדולה. נאכן טיש איז דער רבי צוריק אין ביהמ"ד הגדול לאמירת ספר תהלים ביז מנחה.

*

צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו משב"ק, פתיחה צו אבינו מלכנו הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א מנהל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק.

צו מעריב מוצאי יו"ט איז צוגעגאנגען צום עמוד הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו פון קרית יואל.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה בהיכל ביהמ"ד הגדול, הגבהות הכוס מוה"ר יואל אמסעל הי"ו פון בארא פארק.

דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין אויפן ניגון האטס געפועלט אלעס גוטס, און יעדער איז אדורך לברך ולהתברך 'א גוט יאהר'.

דערנאך האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך בחדר הפרטי.

 

א גמר חתימה טובה לנו ולכל ישראל, מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס  גוטס.

  • muzon
  • simcha
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech