וועד האש"ל לקראת יו"ט שמחת תורה בצל הקודש - מאנטאג האזינו תשפ"ו #1024

Top Banner

ותאסוף גליותינו לחצרות קדשיך


שטייענדיג נענטער ווי ווייטער אריין אינעם זמן שמחתינו גרייטן זיך הונדערטער אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר מיטצוהאלטן די ימים הנעלים והנשגבים די צווייטע טעג יו''ט בצל הקודש.

גאר אסאך כוחות ווערט אריינגעלייגט דורך די געטרייע עסקני הקהלה צוצושטעלן אלע נויטיגע באדערפענישן עצהיו"ט, צענדליגע משפחות תושבי קריתינו הק' עפענען פתח ביתכם אריינצונעמען געסט לכבוד יו''ט, און עס ווערט צוגעשטעלט רייכע סעודות יו''ט בי די שלחנות הטהורות פון כ''ק מרן רבינו שליט''א.

*

צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר ווערט בעז''ה אויך צוגעשטעלט א גרעסערע פלאטע פון מאוביל'ס, לקראת די צווייטע טעג יו''ט הבעל''ט בצל הקודש, אין קרית מלך רב קרית טאהש המעטירה.

כדי צו פארגרינגערן פאר די עסקנים אין די יעצטיגע פארנומענע ערב יו''ט טעג, ווערט זייער געבעטן נישט צו לאזן די פלענער אויף די לעצטע מינוט, נאר אויב האט איר פלאן צו דינגען א מאוביל, רופט אריין ווי פריער נאך בעפאר ערב יום הקדוש און רעזירווירט אייער מאוביל.

רופט קול איחוד טאהש 718-451-8674 עקס. 1-9 

אדער רופט אריין די ספעציעל נאמבער 929-992-8674

די מואבילס ווערן ארויסגעגעבן פאר די געסט וועלכע האבן נאנטע קרובים אדער גוטע פריינט ביי וועלכע זיי קענען עסן די סעודות יו''ט מיט א ברייטקייט, נאר די פראבלעם קומט צום אויבערפלאך ווען די געסט האבן נישט ווי צו שלאפן, און האבענדיג א מאוביל גלייך נעבן די אכסניא ווי מען עסט, וועט די מאוביל קענען דינען אלס די פאסיגע אכסניא צו שלאפן.

די מאוביל'ס וועלן בעז''ה זיין איינגערישט מיט אלע איינריכטונגען צו שלאפן, ווי לינען, נעגל וואסער, ביה''כ, עיר-קאנדישאן/הייצונג, א.א.וו.

און ווערט ווערן ארויסגעגעבן פון זונטאג חוה''מ ערב הושע''ר ביז דאנערשטאג אסרו חג פארמיטאג.

  • moduos
  • moduos

 

אויב זוכט איר נאך א דירה אין קריתינו הק' רופט אריין קול איחוד טאהש עקס. 1-5-4-2 

צו הערן א ליסטע פון היייזער וועלכע שטייען גרייט צו ווערן פארדינגען.

~

פאר אלע תושבי קריתינו הק' וועלכע פארדינגען ארויס זייער דירה פאר די חשוב'ע געסט פאר א צוגעגנליכיגע פרייז, וועט פארקומען א גורל אויף $500 אין סיי וועלכע געשעפט אין קריתינו הק'.

~

  • moduos
  • moduos
  • moduos
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech