רעגיסטראציע געעפענט פאר ישיבה גדולה תורת משולם פייש ניו יארק - שיעור ב'
אויף די נאכפראגע פון אנשי שלומינו אז מ'זאל גלייכצייטיג אויך עפענען נאך א כיתה אין די נייע ישיבה גדולה אין ניו יארק, געווידמעט פאר די שיעור ב' יארגאנג, האט די הנהלת הישיבה גדולה געעפענט רעגיסטראציע אויך פאר שיעור ב', וואו ס'ווערט צוזאמגעשטעלט א כיתה פון בחורים מצויינים בתורה ויראת שמים ומדות טובות.
די ישיבה גדולה וועט זיין בעז"ה אין א פאסיגע אפגעזונדערטע בנין, מיט צוגעשטעלטע אש"ל מלא מיט שבתים, און וועט געפירט ווערן דורכן חשוב'ן אויסגערופענעם מנהל הרב הגאון רבי מענדל וואלף ברי"ב האלצער שליט"א.
אין די טעג פון די הילולא קדישא פון רבינו הקדוש זי"ע, האבן אנ"ש ספעציעל אויפגענומען די ידיעה מרנינה, זעענדיג וואו ירושת צדיק וואקסט און בליהט, און בחורי אנ"ש אויך אין ניו יארק הבירה ווערן נתחנך בדרכו בכחו וזכותו הגדול, תחת נשיאת קדשו פון בנו מ"מ כ"ק מרן רבינו שליט"א.
מרבה ישיבה מרבה חכמה
מאסיווע ריפלעקטאר דרייוו דורכגעפירט געווארן אין קריתינו הק'
פארגאנגענעם זונטאג פר' עקב איז פארגעקומען א געמיינזאמע דרייוו אויף די גאסן אין קריתינו הק', צו פארטיילן און ארויף קלעבן ריפלעקטאר'ס, אויף בייק'ס - קערידשע'ס - סקוטער'ס א.ד.ג, אונטערגענומען דורך הצלה - שומרים - חברים צוזאמען, לאור המצב וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצש"ק מטות מסעי.
די געטרייע עסקנים האבן פארטיילט די ריפלעקטער'ס, און צוליב די הייסע וועטער איז אויך פארטיילט געווארן קאלטע געשמאקע געטראנקן און מטעמים, פאר אלע וואס זענען ערשינען ביים דרייוו.
עקסטער זענען אויפגעהאנגען געווארן גרויסע שילדן אין שטעטל, אז די דרייווער'ס און פיס גייער צוגלייך, דארפן נעמען אין באטראכט: אז די גאסן אין קרית טאהש זענען מער נישט קיין קעמפ אדער קאנטרי ווי אמאל, נאר איז א שטאט פון אריבער 3000 פיס גייער בליעה"ר טעגליך.
פארגאנגענעם ערב שבת קודש ואתחנן - נחמו, איז ב"ה געעפנט געווארן די שפאגל נייע ראוד פון די רינג ארום בניני מוסדותינו הקדושים, צום באנוץ פון די הונדערטער צופרידענע תושבי קריתינו הקדושה, נאך די לעצטערע חדשים אנגייענדיגע ארבעט איבערצומאכן די ראוד'ס.
אין די יעצטיגע טעג מאכט מען די לעצטע הכנות צו ענדיגן די נייע ראוד ביי די געגנט פון ביתו נאוה קודש פון רבינו הקדוש זי"ע, און אונטערן ביהמ"ד הגדול,וואס מיט דעם וועט בעז"ה גענצליך פארענדיגט ווערן די לאנג פארצויגענע קאמפליצירטע ארבעט, פון גענצליך איבערצובויען די ראוד'ס פון רחוב בית הלוי, פון די אינפארסטראקטשער און וואסער פייפ'ס, ביזן באגיסן מיט שפאגל נייע פעך, אין וועלכע די געטרייע הנהלת הקרי' האבן אריינגעלייגט אין די פראיעקט אריבער 15 מיליאן דאללער, אוועקצושטעלן די גענצליך נייע הערליכע ראוד'ס, באגלייט מיט סיידוואלק'ס און גאסן לעקטער ביי די זייטן, צו באלייכטן און פארגרינגען אנשי שלומינו תושבי קריתינו הק', און פאר אלע אנשי שלומינו וועלכע קומען כסדר צו פארן.
תושבי קריתינו דרוקן אויס א הערצליכע יישר כח והכרת הטוב, פאר די געטרייע הנהלת הקרי', אשר יומם ולילה לא ישבותו, פאר די רואיגקייט און צופרידנקייט פון אלע איינוואוינער בכלל, ובפרט מיט די פראיעקט פון די נייע ראוד'ס.
וכל אשר עוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם.