סוקסעספולע מסיבות און העפטיגע בוי ארבעט להרחבת בית מדרשינו קרית יואל - מאנטאג פנחס תשפ"ה #991

Top Banner
  • mamudim

שטארקע פארשריט זעהט זיך אן אין די בוי ארבעט ל"גמר המשכן" בית מדרשינו המפואר בקרית יואל


גאר שטארקע פארשריטן זעהן זיך אן אויף די בוי ארבעט צו פארגרעסערן און פארברייטערן בית מדרשינו קרית יואל אויף די לענג און אויף די ברייט, ווען מען האט שוין אצינד אויפגעבויעט די עזרת נשים גאלערי שטאק, און מען גרייט זיך אין די נאנטע טעג ארויפצולייגן די נייע פענסטער'ס ביי אלע דריי זייטן פונעם היכל הגדול והמפואר לתורה ולתפלה, היכל בית מדרשינו בקרית יואל.

דאס קומט ב"ה נאך די סקוסעספולע מסיבות וועלכע זענען פארגעקומען אין שטוב פון מוה"ר יצחק שמואל פויגעל הי"ו משמש נאמן דבית מדרשינו, און אין שטוב פון מוה"ר שמחה מאירוביץ הי"ו גבאי כוללינו, ווי אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן מיט ווארימע הערצער, און מנדב געווען סכומים הגונים לכה"פ $5,000 זכות אבן יסוד, און דערמיט געגעבן די נויטיגע שטופ צו גיין ווייטער מיט די הייליגע ארבעט.

במשך די מעמדים האט מען געהערט פערל רייד פונעם יושב ראש מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכע האט גאר שיין ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן א געשמאקע פלאץ צום לערנען און דאווענען, און די וויכטיגקייט פון זיך האלטן בחברותא אין א הייליגע ווינקל, וואס דאס שטעלט אוועק א מענטש זיך צו האלטן טראץ די שווערע נסיונות אין די היינטיגע וועלט, און נאר אזוי קען מען זיך האלטן אין גלות.

דערנאך האט מען געהערט ווארימע ווערטער פון הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז טאקע אונז חשוב'ע יונגעלייט, מיר אלע בויען די ביהמ"ד, ס'איז טאקע דא א קרן הבנין, אבער די אמת'ע בויער'ס זענען די חשוב'ע אברכים ובעלי בתים, וועלכע זענען זיך קובע אין ביהמ"ד צום לערנען און דאווענען, און מאכן די ערליכע אטמאספערע אין ביהמ"ד, וויאזוי רביה"ק זי"ע פלעגט צו פאדערן, אז זיינע תלמידים זאלן זיך ווייטער האלטן אין זיין וועג וואס ער האט אונז געלערנט.

דערנאך האט מען געהערט די פלענער פונעם יו"ר קרן הבנין הרב יוסף חיים סג"ל קרויס שליט"א, וואס האט אראפגעלייגט אלע פונקטליכע דעטאלן און פרטים, און די זכותים וואס זענען נאך פארבליבן זיך איינצוהאנדלען אין די מקום קדוש.

צום שליס האט מען געהערט דברי ברכה דברי אלקים חיים פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, דורכן טעלעפאון, וואס האט ברגשי לבבו ארויסגעברענגט די געוואלדיגע ברכות וואס רביה"ק זי"ע וועט באגיסן מגנזי מרומים, פאר אלע וועלכע שטרענגן זיך אן צו נעמען א חלק, דערציילנדיג די ברכות וואס רביה"ק האט אנגעוואונטשן בשעת'ן ארויסברענגן זיין רצון קדשו צו עפענען די ביהמ"ד בשנת תשס"א, און איז אודאי ווייטער משפיע אלעס גוטס, אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות פאר אלע באטייליגטע.

 


בילדער פון די מסיבות


 

די ערשטע מסיבה אין שטוב פון מוה"ר יצחק שמואל פויגעל הי"ו משמש נאמן

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די צווייטע מסיבה אין שטוב פון מוה"ר שמחה ארי' לייב מאירוביץ הי"ו מנהל מפעל בנין שלם דקהלתינו הק'

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 


בילדער פון די העפטיגע בוי-ארבעט


 

מען עפנט אויף די אריינגאנג צום עזרת נשים גאלערי פון סאטמאר דרייוו

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די נייע עזרת נשים גאלערי

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

מען צונעמט די טרעפ פון צפון זייט פארמאכענדיג די אלטע צייטווייליגע אריינגאנג

  • mamudim

 

די טרעפ און  עלעוועיטער אויף מזרח זייט

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די היכל האדיר לתורה ולתפלה - מיט די נייע צוגעלייגטע חלק

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech