הערליכע ערשטע חומש סעודה געפראוועט געווארן אינהערהאלב תלמוד תורה עבודת משולם פייש מאנסי בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א
א הערליכע חומש סעודה אינערהאלב די תלמוד תורה אין שטאט מאנסי איז פארגעקומען די פארגאנגענעם דינסטאג בהעלותך העעל"ט, ווי מען האט געהאט די זכי' אז כ"ק מרן רבינו שליט"א האט באשיינט די מעמד, און מיט די השתתפות פון אלע עלטערן און זיידע'ס וועלכע האבן געשעפט הויפענעס נחת.
אויפן אויבן אן האבן באשיינט כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א, אב"ד קאסאן הילקרעסט שליט"א, וועלכע האבן א אייניקל אינעם תלמוד תורה.
דער מנהל הרה"ג ר' בערל מייזליש שליט"א האט געעפנט די מעמד, און באגריסט כ"ק מרן רבינו שליט"א, און אלע חשוב'ע קינדער און די עלטערן, און דער געטרייע מלמד הר"ר חיים ראטטענשטיין שליט"א אנגעהויבן חומש מיט די קינדער מיט גרויס התלהבות און ברען, און געזינגן הערליכע גראמען אויפן הייליגן אהבה רבה ניגון, און נאך.
דערנאך האט הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, בן כ"ק מרן רבינו שליט"א, אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער, און שטארק ארויסגעהויבן די געוואלדיגע ארבעט וואס דער געטרייע מלמד לייגט אריין אין די קינדערלעך, און ווי עס שיינט ארויס אויף די לעכטיגע פירות ב"ה וכן יעזור ה' להלאה.
דערנאך איז פארגעקומען די חאלאקע פון בן הרה"ג אב"ד תפלה לדוד פודהייץ שליט"א פון לעיקוואד, ווי רבינו שליט"א האט אפגעשוירן די האר אנגעטון קאפל און ציצית און געבענטשט די קינד, און ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן ברכות לרוב.
דערנאך זענען אלע קינדערלעך אריבער ביים רבי'ן, ווי דער רבי האט געטיילט פאר יעדע קינד באזונדער די סידור עבודת הלוי לתשב"ר, מיט קיכן.
די מעמד האט איבערגעלאזט גאר א שטארקע התרגשות'דיגע רושם אויף אלע באטייליגטע, זייענדיג די ערשטע חומש סעודה אינערהאלב מוסדותינו הק' אין ניו יארק.
בילדער
|