נאך בלויז 3 טעג טיילט אפ ביזן גרויסארטיגן שבת
מיט א רגש דקדושה וחדוה עילאה גרייטן זיך נגידי אנשי שלומינו ותומכי מוסדותינו הק', צום ערשטמאליגן גרויסארטיגן "שבת המייסדים", צו פראווענען א דערהויבענע רייכע שבת אויף א מלכות'דיגע פארנעם, אינאיינעם מיט אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכע וועט ספעציעל ארויסקומען בטירחא גברא רבה, לעשות את השבת המייסדים, אינאיינעם מיט די חשוב'ע אויסדערוועלטע יחידי סגולה, וועלכע העלפן צו די הייליגע אימפעריע פון מוסדות טאהש ניו יארק, זאל אוועקגעשטעלט ווערן מיט א בסיס אדיר וחזק, ווייטער צו קענען בליען און וואקסן ביתר שאת וביתר עוז.
עס איז היינט נישט קיין סוד, אז 'מוסדות טאהש ניו יארק' איז שוין א פאקטישער מציאות, עס איז ווייט נישט קיין חלום, מיט א אויסטערלישע עזות דקדושה באגלייט מיט ספעצילע סייעתא דשמיא בכוחו של אותו זקן רבינו הקדוש זי"ע וועלכע האט כל ימיו געשטרעבט און מרעיש עולמות געווען צו עפענען טאהש'ע מוסדות אין ניו יארק, האט כ"ק מרן רבינו שליט"א זוכה געווען ממלא צו זיין רצון קדשו פון אביו הק', אין די לעצטע 3 יאר האט מען אוועקגעשטעלט א הייליגע אימפעריע, פון 5 טאהש'ע מוסדות ברחבי ניו יארק.
דאס עצם מציאות דערפריידט די הערצער פון אנשי שלומינו, אז מיר וועלן בעז"ה קענען ערציען אונזערע קינדער און ווייטער'דיגע דורות אויפן הייליגן דרך מיט וואס מיר אליין זענען נתחנך געווארן, און שאפן א נחת רוח פאר רבינו הקדוש זי"ע בגנזי מרומים.
פארשטייט זיך אליין אז צו עפענען פרישע מוסדות איז א געוואלדיגע אינטערנעמונג, און ציעט אריין אין געוואלדיגע קאסטן, אבער ב"ה מען האט עס שוין באוויזן!
די ציל פון רבינו שליט"א איז אוועקצושטעלן א פעסטע פינאנציעלע יסוד און באזע, צו קענען אנגיין און פארברייטערן די הייליגע מוסדות, מיטן גרינדן א "איגוד מוסדות טאהש ניו יארק", וואס וועט בעז"ה צושטאנד קומען ביים היסטארישן "שבת המייסדים", שבת פרשת בהר בחקתי תשפ"ה.
*
די נגידי ופטרוני מוסדותינו הק' האבן אויפגענומען די געוואלדיגע נייעס מיט א אויסטערלישע זכי' און שמחה של מצוה, ארויסצוהעלפן כ"ק מרן רבינו שליט"א, צו ממלא זיין רצון קדשו פון רבינו הקדוש זי"ע, דעריבער וואקסט ב"ה פון מינוט צו מינוט די ליסטע פון נכבדי אנ"ש וועלכע פארשטייען די גרויסע זכי', און קוקן ארויס מיט שפאנונג זיך צו באטייליגן ביים היסטארישן מלכות'דיגן שבת.
די עסקנים נעמען אויף יעדע טעלעפאון רוף מיט די פולסטע מאס געטריישאפט און איבערגעגבנקייט, ארויסצוהעלפן מיט סיי וועלכע הילף. זיך איינצושרייבן צום שבת פארבינד מיט אייך מיט די לאקאלא עסקן פון אייער שטאט.
*
א גאר רייכע סדר השבת ווערט צוגעגרייט, אנגעפילט מיט תוכן הנפש וסיפוק רוחני מבואו ועד צאתו, אויף א אויסטערלישע רייכע עלעגאנטע פארנעם, קאפ און מח ווערן אריינגעלייגט דורך די גרעסטע אקספערטן, אז די היסטארישער שבת זאל זיין א צאמשטעל פון רוחניות און גשמיות אויפן העכסטן סטאנדארט, ווען פון איין זייט וועט דאס זיין א אנגעפילטע סדר, "פיל מיט התעוררות התרגשות און ווארימקייט", און פון די אנדערע זייט "גאר רייך מלכות'דיג און עלעגאנט", מיט די גרעסטע דעזיינער'ס און אווענט פעלענער'ס אויסצופלאנען די גאנצע שבת, אהערצושטעלן אזאנס און אזעלעכס פון ביידע וועלטן, ווי עס פאסט זיך פאר די בריחי התיכון ועמודי התוך פון די הייליגע מוסדות.
אלץ משל ווערט אנגעגעבן, אז ביים רייכן טועמי' וועט ספעציעל אויפגעשטעלט ווערן א אלט פארצייטישע יריד מארק, וועלכע וועט ארויסהעלפן די גאנצע ציבור זיך צו גרייטן צום שבת קודש אזוי ווי עס פאסט פאר די נגידים פון שטאט, און וועט אייך צוריק ברענגן צום אמאליגן שטייגער אינעם אלטן היים.
*
ערב שבת קודש במשך די נאכמיטאג שעות וועט זיין א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די חשובע פטרוני המוסדות ומייסדי האיגוד, אריבערצוגיין מקבל שלום זיין פון מרן רבינו שליט"א, און זיך מזכיר זיין ביים רבי'ן, און אונטער שרייבן אויפן ספעציעלן מגילת היסוד, פונעם התייסדות האיגוד מוסדות טאהש ניו יארק, אויף וועלכע מרן רבינו שליט"א וועט דערנאך חתמ'נען חתימה יד קדשו, און די חשוב'ע פטרונים וועלן געבענטשט ווערן מיט ברכות וישועות און השפעות טובות, דורכ'ן ערפילן רצון ותשוקת קדשו פון רבינו הקדוש זי"ע, אויפצושטעלן די הייליגע מוסדות אין ניו יארק.
*
א דריי פערטל שעה פארן זמן הדלה"נ, וועט פארקומען א גרויסארטיגע מעמד בנים ובני בנים, ווי דער ברייט בארימטע חזן פון ארצינו הקדושה ר' ישראל אדלער ני"ו וועלכע קומט ספעציעל צו פארן צום גרויסארטיגן שבת, וועט אויפטרעטן מיט גאר התרגשות'דיגע חרוזים מלא בקשה והתעוררות, און מתפלל זיין וזכנו לגדל בנים ובני בנים, און ארויסברענגן די געוואלדיגע זכי' וואס מיר פארמאגן, צו מייסד זיין די הייליגע מוסדות אין ניו יארק, ווי מיר וועלן שוין קענען שיקן אונזערע קינדער'לעך אין די הייליגע מוסדות, וועלכע ווערן געפירט אויפן הייליגן וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מרן רבינו הקדוש זי"ע.
גרויס התעוררות וועט זיין ווען די גאנצע ציבור וועט דערנאך אינאיינעם מתפלל זיין מיט הארץ די הייליגע אויסגעווייקטע תפילת השל"ה, וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות לשמה.
אויפן זעלבן רייכן שטייגער ווערט די גאנצע סדר השבת אויסגעשטעלט מיט פילע חידושים, וואס קיינער וויל נישט פארפאסן.
יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו!
|