כאפט זכותים ביים הייליגן מעמד הדלקה און ווערט באגאסן מיט השפעות פונעם הייליגן תנא
שטייענדיג געציילטע טעג פאר ל''ג בעומר ווען עיני אנ''ש ועיני ישראל די בכל אתר ואתר זענען נשואות צו דעם יומא רבא ונשגבה, די יומא דהילולא פון התנא אלוקי רבי שמעון בן יוחאי זי"ע, און מן המותר להאריך די געוואלדיגע רגש של שמחה וקדושה וואס עס שפירט זיך ביים גרויסן מעמד הדלקה רבתי, וואס ווערט אפגעראכטן מיט דאס השתתפות פון צענדליגע הונדערטע אידן, אנ''ש די בכל אתר ואתר וואס אלע קומען זיך צוזאם כאיש אחד בלב אחד, זיך מיטצופרייען בשמחתו של הרשב''י.
דער מעמד הדלקה איז היינט ברייט באקאנט אלס מיוחדת במינה ווי אידן יראים ושלמים קומען זיך צוזאם ברגש אש קודש צו פראווענען די דערהויבענע טאג מיט א העכערע גייסט, און זיך אנשעפן הויפענעס פון שמחה דקדושה במשך די שעות ההדלקה, אנגעהויבן פון די ניגוני התעוררות אלס הכנה דרבה צום הייליגן מעמד, נאכפאלגענדיג די פייערליכע דברות קודש מפום ממלל רברבן כ''ק רבינו שליט''א, און דערנאך די מרוגש'דיגע געהויבענע מאמענטאן בעת ווען כ''ק רבינו שליט''א טרעט צו צום הדלקת המדורה, ובשלהבת אש קודש טוט דער מדורת אש אנצינדן א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון אלע משתתפים וואס לאזן זיך ארויס מיט א התלהבות דקדושה און פייערידעג ריקודין, אשרי עין ראתה כל אלה.
עקסטער טוט דער גרויסע טאג האבן א ספעציעלע משמעות צווישן אנשי שלומינו וואס קלאמערן זיך לאורם הבהיר פון רבותינו הק שרפי מעלה, נאכדעם וואס ווי באוויסט האט רבינו הקדוש זי"ע זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט אז ''רבי שמעון איז דא'', מיינענדיג דערמיט אז רבי שמעון איז דא צווישן אונז ביי די הייליגע מעמדים, און וממקומו שואף וזורח לכל דורש ומבקש וואס איז זיך משתתף בשמחתו הגדולה.
ועל של עתה באנו, טראגן מיר אייך אן דעם גאלדענעם געשעפט, צו נעמען א חלק כחלק אין די שמחה עצומה, נעמליך די דערהויבענע מעמד הדלקה ציט אריין אין שווערע הויעכע קאסטן, און מיט דעם וואס איר נעמט א חלק וועט איר אי"ה זוכה זיין צו זיין א שותף מלא מיט די איבערפלוס פון רגשי הלב און התעוררות דקדושה, און אינאיינוועגס טוט איר זיין א רעכטן שותף מיט'ן הייליגן תנא, וואס יכול לפטור את כל העולם מן הדין.
עס איז זיכער אז זכותו הגדול פונעם הייליגן תנא וועט אייך ביישטיין להיוושע בכל מילי דמיטב, ברכה והצלחה בכל מעשה ידיכם, עד ביאת משיח צדקנו, אנס"ו.
זיך צו משתתף זיין ביטע דרוקט די לינק:
https://docs.google.com/forms/d/1BCrNR75Wb6OYzJ-tVlu8bbf3hcD8oGLMpe1cI8gspMI/edit
אדער רופט די געטרייע משב''ק
מו"ה יצחק נחום האמבורגער הי"ו
514-651-4174 |