שבת קודש פר' ויקרא בצל הקודש
פארן זמן הדלה"נ איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, געצינדן די לעכט ביים עמוד, די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע, און די נרות שבת, און דערנאך געזאגט שיר השירים.
א האלבע שעה נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען, צו מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער דעם רבי'ן וואונטשן 'א גוט שבת'.
דער רבי איז אריינגעקומען צום שלחן הטהור בשעה 10:30, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הב' יעקב יוסף שווארץ ני"ו תלמיד ישיבה גדולה. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הרה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א, הרה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן, אב"ד קלוזש שליט"א, הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען בדברות קודש.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו משב"ק, לרגל די יארצייט פון אביו הרה"ח ר' בנימין זאב ז"ל משב"ק רביה"ק זי"ע, שיר המעלות הב' שמואל הערש טעללער ני"ו.
שבח נותנים הרב משה צבי האלצער שליט"א נכד רביה"ק זי"ע. נאכן טיש האבן די בחורים אהיימבאגלייט און נאכגעזאגט דברי תורה אויפן וועג, אנקומענדיג פארנט פון ביתו נאוה קודש האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת פאר כל הקהל הקודש.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, פסוקי דזמרה האט געדאווענט מו"ה שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו משב"ק.
די עליות האבן עולה געווען: כהן הרה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן, לוי החתן שמשון סג"ל קרויס ני"ו תלמיד ישיבה גדולה, שלישי הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו משב"ק, רביעי הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו, ששי הרב מנחם מאיר לייפער הי"ו, שביעי מוה"ר יואל ברייער הי"ו, הוספה: מו"ה ישראל יעקב קליין הי"ו פון לאנדאן, אחרון הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א חבר הנהלת הקהלה. מפטיר הב' הבר מצוה הלל ראובן ני"ו בן מוה"ר יואל ברייער הי"ו. הגבה מוה"ר יהוסף מרדכי מערמעלשטיין הי"ו פון מאנטריאל, גלילה הבחור נכד כ"ק אדמו"ר מ'מאכנובקא בעלזא שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר אהרן ברוך יודא ארגעל הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר שמשון שווארץ הי"ו פון מאנטריאל.
*
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הכוללים אינאיינעם מיט די אורחים החשובים, מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרב משולם פייש כהנא שליט"א נכד רביה"ק זי"ע.
אז ביום השביעי הרב אהרן דוד גרין שליט"א פון בני ברק, ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב יוסף כהנא הי"ו משב"ק. שיר המעלות הב' אלימלך פאפלאנאש ני"ו.
נאכן טיש האבן די בחורים אהיימבאגלייט און נאכגעזאגט דברי תורה אויפן וועג. אנקומענדיג אהיים האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת.
*
שבת נאכמיטאג האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א פארגעלערנט די שבת הגדול דרשה בהיכל ביהמ"ד הגדול.
דערנאך איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה מו"ה אשר לעמיל פעלבערבוים הי"ו שו"ב, די עליות האבן עולה געווען ראשון מוה"ר אהרן ברוך יודא ארגעל הי"ו, שני מוה"ר משה יחזקאל שרגא לויפער הי"ו ק"י, שלישי מוה"ר איתמר ארגעל הי"ו ראש מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, גלילה הב' בן הרב נחמן כהנא (באדמו"ר מ'ספינקא) שליט"א נכד רביה"ק זי"ע.
קידוש ביי סעודה שלישית האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף ישכר בער סג"ל טירנויער שליט"א מנהל ישיבה קטנה. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: הרה"ח ר' פנחס ברוך האלפערין שליט"א שו"ב, מוה"ר איתמר ארגעל הי"ו, מו"ה ברוך אברהם סג"ל נייהויזער הי"ו, הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו.
ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו, שיר המעלות הב' דוד ברנש"ז הערשקאוויטש ני"ו.
מיט די שבע ברכות פון החתן יוסף ארגעל הי"ו זענען מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, דער זיידע הרה"ח ר' חיים פנחס צוויבל הי"ו, דער זיידע הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו, דער פעטער הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א.
צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו. דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הב' חיים יחזקאל דוב סג"ל לאווען ני"ו, די הבדלה האט געהאלטן הב' אלימלך סג"ל קרויס ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.
ביי די שיחות קודש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב זוסמאן שליט"א משב"ק, און הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו צו דערציילן. דערנאך האט דער רבי דערציילט סיפורי צדיקים.
הנהלת הכולל אברכים בקריתינו הק' גיבט גרויסע הנחה אויף טליתים און ציצית פאר די חשוב'ע עמלי התורה
אין א באגריסענדע שריט האבן די חשוב'ע לומדי הכולל אויפגענומען די גינסטיגע נייעס, ווען די הנהלת הכולל האט פראקלימירט א ספעציעלע הנחה אויף פארשידענע תשמישי קדושה, כדי צו פארגרינגערן פאר די חשוב'ע יונגעלייט אריינצוברענגן אין שטוב די יו''ט פסח מיט א גרינגע געמיט.
על הטוב יזכר די חשובע בעלי בתים פון די בארימטע "מלכות" קאמפאני וואס זענען קעגן געקומען מיט דראסטיש ביליגע פרייזן, און ווי אויך א חשובע נדבן וואס האט בייגעשטייערט א ריזיגע סכום געלט, וואס דערמיט האבן די געטרייע הנהלת הכולל געהאט די געלעגנהייט צו פארקויפן טליתים גדולים, קאטענע און וואלענע ציצית, הערליכע געפלאכטענע עטרות, פאר גאר ביליגע פרייזן וואס לאזט זיך קוים גלייבן.
די נייעס איז אויפגענומען געווארן בין כותלי הכולל אויף א גאר פאזיטיווע פארנעם, ווען אין די יעצטיגע אנגעשטרענגטע ערב פסח טעג מיט די גרויסע הוצאות פון אלע זייטן, האבן די יונגעלייט געהאט אזא גאר שטארקע און נוצבארע הנחה אויף די ווערדפולע זאכן, און דאס האט ווי פארשטענדליך אריינגעגעבן א פרישע מוט און חיזוק ווייטער אנצוהאלטן די חשק התורה מיט א שטארקייט און קביעות.
*
פרישע חבורה ללימוד הלכות עירובין ווערט געפענט צום נייעם זומער זמן בין כותלי הכולל
אין נאך א רינגעלע אין די קייט להגדיל תורה ולהאדירה בין כותלי הכולל, וועט לקראת די קומענדיגע זמן הקיץ ווערן געפענט א ספעציעלע חבורה ללימוד הלכות עירובין.
די חבורה וועט זיין בהנהלת האי צורבא מרבנן הרב הגאון רבי יואל פילאפף שליט"א נכד רביה''ק זי''ע, וואס האט שוין די זכי' צענדליגע יארן זיך צו מתעמק זיין באהלה של תורה, און יעצט צום נייעם זומער זמן וועלן די חשוב'ע יונגעלייט לערנען אינאיינעם די שווערע און וויכטיגע מקצוע פון הלכות עירובין, און עס בעז''ה קונה זיין מיט א ריכטיגע שלימות כמונח בקופסא.
די חבורה איז אויסגעשטעלט געווארן מיט א ספעציעלע סדר אדורכצולערנען די גאנצע מקצוע על בוריו מיט א מחזור פון בלויז 2 יאר, דאס איז א געוואלדיגע געלעגנהייט פאר די חשוב'ע יונגעלייט וואס זוכן צו קונה זיין און לערנען א געשמאקע מקצוע, זיך צו מיטכאפן מיטן באן און שטייגן מעלה מעלה בידיעות ולימוד התורה.
ריזן אונטערנעמונג ווערט אונטערגענומען דורך הנהלת קהלתינו הק' מיטן רענאווירן קהל'ס מקוה
אין די יעצטיגע ערבי פסחים איז אויפגענומען געווארן די פרייליכע בשורה צווישן אנשי שלומינו, אז נאך לענגערע מיה און פלאג וואס די געטרייע עסקנים זענען אריינגעטון ראשו ורובו צו טון וואס מ'קען נאר אפירצוזוכן א לעזונג איבער די געדרענג און אלטקייט אין קהל'ס מקוה, איז ענדליך אין די איצטיגע טעג ערהאלטן געווארן די נויטיגע פערמיטן פון די שטאטישע באאמטע, צו קענען פאראויס גיין מיט די פלענער צו גענצליך רענאווירן און פארשענערן די ביז איצטיגע מקוה מהודרת.
מיט א קנאפע יאר צוריק, האט כ''ק רבינו שליט''א פערזענליך פארופן א דריגענד וויכטיגע אסיפה בקודש פנימה, ווי עס האבן זיך באטייליגט די חשוב'ע הנהלת המקוה ובראשם הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, ואתו עמו הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט''א חדב''ן, און דערינטער זיי די ועד בעלי בתים, ה''ה, הרה"ח אפרים פישל פעלבערבוים שליט"א, מוה"ר שמואל מאיר קרויס הי"ו, מוה"ר אהרן שווארץ הי"ו, ווי די רבי האט זיך שטארק אינטעריסירט און נאכגעפרעגט פונקטליך וויאזוי אלעס גייט צו בתכלית המהודרת, ובמיוחד האט מען דאן אויפגענומען די ענערגישע עסקן מו"ה מנחם משה עקשטיין הי"ו, אז ער זאל שטיין אין שפוץ פון די גאנצע מערכה, און טון וואס נאר מעגליך למען קדושתן וטהרתן של ישראל, סיי אויף די טאג טעגליכן פארנעם, און סיי אויף די געוואלדיגע צוקנופט בעז''ה.
זינט דאן האט מען נישט געשוינט קיין צייט מוח און געלט, אבער כסדר האט מען זיך אנגעשטויסן אין פארשידענע שטרויכלונגען, ווען די שטן האט זיך פארלייגט אין אלע ווינקלען וואס שייך, ביז אין די איצטיגע טעג האט מען שוין ב''ה ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן, און בעז''ה תיכף נאך יו''ט וועט גענומען ווערן ערנסטע שריט, ווי די ארבעט וועט במשך די צייט ווערן צוטיילט אויף 4 שטאפלען.
עקסטער ווערט אריינגעלייגט גרויסע כוחות, אז די בור מי גשמים זאל געבויעט ווערן מיט געוויסע ספעציעלע טאקטיקן אז אין פאל וואס עס געשעהט א פארפלייצונג חלילה – ווי עס האט זיך שוין עטליכע מאל געמאכט בעבר, - און מען קען נישט נוצן די קוואל מקוה, זאל די מי גשמים בור ווייטער געהעריג קענען פונקציאנירן. די אונטערנעמונג ציט ווי פארשטענדליך אריין אין גרויסע געלטער, די ערשטע שטאפל זעלבסט וועט אפקאסטן א ¼ מיליאן דאללער.
תיכף ביים ענדיגן די ערשטע שטאפל וועט מען ממשיך זיין מיט א פלייס צו די אנדערע 3 שטאפלען, ווי פארענדיגן און איבערבויען די גאנצע מקוה מהודרת מיט א אמת'ע פראכט און שיינקייט ווי עס פאסט, און אזוי ארום וועט אויך צוקומען פיל מער פלאץ ווי ווייט שייך.
לויט די איצטיגע פאראויסשאצונג וועט די גאנצע ארבעט מהחל ועד כלה אפקאסטן איבער 2 מיליאן דאללער, די עסקנים קוקן ארויס אויף די ווארעמקייט און שטיצע פונעם ציבור, און ווער עס איז גרייט צו נעמען אויף זיך א חלק בגוף או בממון ווערט געבעטן זיך צו מעלדן צו איינע פון די געטרייע הנהלה.
עקסטערע כוחות און שווערע געלטער ווערט אריינגעלייגט אז במשך די צייט פון די בוי ארבעט זאל עס ווי ווייניגער שטערן די הלוך ילך, אבער ווי פארשטענדליך וועט יא זיין געוויסע אומ-אנגענעמליכקייטן און שטערונגען, אבער קוקענדיג מיט א ברייטע בליק האפט מען בעז''ה אז מיטן פארענדיגן די גאנצע רענאוואציע צו זיין פיל מער שענער און בריייטער ברוחניות ובגשמיות, ואיזהו חכם הרואה את הנולד.
אשריכם ישראל, לפני מי אתם מטהרין ומי מטהר אתכם, אביכם שבשמים! |