באריכט פון יום הקדוש תשפ"ה בצל הקודש
יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו, מיט קדושה און התרוממות איז פארריבער די הייליגע טאג יום הקדוש בצל הקודש:
ערב יום הקדוש
ערב יום הקדוש באשמורת הבוקר בשעה 6:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות בהיכל הכוללים, און צוגעגאנגען צום עמוד. דערנאך איז דער רבי ארויסגעקומען פון חדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול, און מקיים געווען די מנהג כפרות. הר"ר אשר לעמיל פעלבערבוים שליט"א שו"ב דקריתינו הק' האט גע'שחט'ן די כפרה, ווען פארן שחט'ן האט דער רבי בודק געווען די מעסער.
בשעה 7:00 האט דער רבי געדאווענט שחרית בהיכל הכוללים, צום עמוד איז צוגעגאנגען מו"ה אשר אנשיל בערגער הי"ו פון קרית יואל, יו"ר האיחוד. נאכן דאווענען האט דער רבי געמאכט די עירוב.
שפעטער זענען פארגעקומען ביים רבי'ן די אפשער'ן פון בן מו"ה אהרן אלעזר יונגרייז הי"ו, בן מו"ה שמואל מאיר מאירוביץ הי"ו, און בן מו"ה אשר יעקב הערשקאוויטש הי"ו, דער רבי האט אפגעשוירן די האר, אנגעטון קאפל און ציצית, געבענטשט די קינדער, און ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן ובני המשפחה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, ווי עס איז סערווירט געווארן א סעודה פאר אלע אורחים החשובים, מען האט געזינגן פאסיגע ניגונים לכבוד ערב יום הקדוש, און במשכ'ן סעודה האט דער רבי פארטיילט שיריים פון אלע מאכלים, און געוואונטשן לחיים.
ביי די דב"ק האט די רבי פארציילט בתוך דבה"ק די מעשה פונעם חייט, און די מעשה פונעם הייליגן זיידן הסב"ק זי"ע מיטן תמימות'דיגן יוד וואס האט געזאגט 'מעשה דחיים', און דערביי האט דער רבי מעורר געווען זכותים און ממליץ טוב געווען אויף כלל ישראל, אויספירענדיג בברכת גמר חתימה טובה.
מיט שיר המעלות איז מכובד געווארן הב' יוסף וואסערמאן ני"ו פון וומסב"ג, ברהמ"ז על הכוס הרב מאיר יעקב טעסלער שליט"א פון קרית יואל.
דערנאך איז דער רבי ארויס צום ציון הקדוש פון רבינו הקדוש זיעועכ"י לאמירת ספר תהלים, און צינדן ליכט.
בשעה 3:30 נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געצינדן די יזכור ליכט, מיט די געזונטע ליכט, אזוי אויך די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע, דערנאך געדאווענט מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל.
ליל יום הקדוש
א שעה און א פערטל נאכן זמן איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול, מעוטף מיט די ווייסע קיטל, די בעקיטשע פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע, און מיט די קאפל און גארטל פון רבינו הקדוש זי"ע, און תיכף ארויף אויפן ארון הקודש, אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע כל נדרי דרשה, און מעורר געווען די הערצער פונעם גאנצן ציבור צו תשובה און תיקון המעשים. דער רבי האט מעורר געווען איבער די טריפה'נע כלי הטעכנעלאגיע, און איבער צניעות הנשים או ביי-האר ביי די נשים צדקניות, וועלכע רבינו הקדוש זי"ע איז געווען גאר שטארק אקעגן דעם, און מעורר געווען זכותים אויף כלל ישראל.
נאך די דב"ק האט דער רבי ארויסגענומען די הייליגע ספר תורה, מיט וועלכע רביה״ק זי"ע האט געפראוועט זיין הייליגע עבודה פאר א יובל יארן, דער רבי האט א לענגערע צייט פארגעזאגט 'אור זרוע' און ארום געגאנגען דעם היכל ביהמ"ד הגדול, ווי יעדער האט געהאט די זכי' צו קישן די ספר תורה. דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד, און פארגעזאגט כל נדרי מיט א פלאם פייער, ווען ביי די צוויי זייטן זענען געשטאנען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, והגאון הגדול דומ"ץ קריתינו הק' שליט"א.
נאך תהלים און אדון עולם זענען מכובד געווארן מיט שיר היחוד: כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, הגאון הגדול דומ"ץ קריתינו הק' שליט"א, הרה"צ רבי יצחק אייזיק פיש שליט"א, הרה"ג רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן מו"ץ, הרה"ג רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א חדב"ן, הרה"ג רבי יואל ראזענבערגער שליט"א, הרה"צ רבי יחזקאל שרגא סג"ל לאווי שליט"א.
נאכן דאווענען אום 12:00 זענען געבליבן אין ביהמ"ד א שיינער ציבור בראשות רבינו שליט"א מיטצוהאלטן די משניות מסכת יומא פארגעלערנט דורך כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א.
יום הקדוש
מיט עטליכע שעות שפעטער בשעה 4:50 פארטאג'ס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, און פארגעזאגט תהלים ביים עמוד.
בשעה 7:30 האט מען זיך געשטעלט דאווענען, כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א האט אנגעהויבן מיט אנעים זמירות, און דערנאך געזינגען אדון עולם, און ממשיך געווען מיט פסוקי דזמרה, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א.
די עליות האבן זיך פארקויפט פאר פאנטאסטישע סכומים, במשכ'ן דאווענען זענען מכובד געווארן נכבדי ופארי קהלתינו הקדושה מיט פתיחות הארון. די עליות עולה געווען: כהן הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגעל הי"ו פון מאנסי, מגדולי תומכי מוסדותינו הק', לוי מוה"ר עזרא שמעון ישראל סג"ל נייהויזער הי"ו, שלישי הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א מנהל ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש ניו יארק, רביעי הרה"ח ר' שמואל שבתי חסן הי"ו מאנטריאל, חמישי הרה"ג ר' יעקב קליין שליט"א מו"ץ בקריתינו הק', לרגל די יארצייט פון אביו הרה"ח ר' אלימלך קליין ז"ל משב"ק, ששי הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, שביעי מוה"ר יעקב שאול הערשקאוויטש הי"ו לרגל שמחת הולדת בנו, אחרון מו"ה יואל זוסמאן פישער הי"ו משמש ביהמ"ד אברכים, מפטיר רבינו שליט"א, הגבהות וגלילות מוה"ר אהרן אברהם פריעדמאן הי"ו טאראנטא, הרה"ח ר' אהרן קרויס הי"ו.
נאך יזכור איז דער רבי צוגעגאנגען צו תפילת מוסף, ס'איז געווען א שטארקע התעוררות ווען דער רבי האט פארגעדאווענט די עבודה פונעם כהן הגדול מיט א השתפכות הנפש. הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו האט ארויסגעהאלפן אויפצושטעלן רבינו שליט"א פון כורעים.
נאכן דוכן'נען האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה, ספינקא רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד, די עליות האבן עולה געווען: כהן מו"ה ברוך מרדכי פישער הי"ו פון מאנטריאל, לוי הרה"צ רבי ישכר דוב משה סג"ל טירנויער שליט"א, שלישי - מפטיר יונה הנגיד הרב מאיר יעקב טעסלער שליט"א פון קרית יואל, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה מו"ה ישראל הערש פריעדמאן הי"ו פון קריתינו הק'.
פאר נעילה איז געווען א קורצע הפסקה פון 5 מינוט, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו תפילת נעילה, און געדאווענט מיט גרויס התעוררות, די גאנצע בית המדרש האט געפלאקערט מיטן פתח לנו שער בעת נעילת שער כי פנה יום. די פתיחת הארון צו נעילה איז געקויפט געווארן פאר רבינו שליט"א דורך מוה"ר נפתלי צבי ברוך הכהן לאנדאוי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין שליט"א פאר א סכום הגון און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ווארימע ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט נעילה 6 מינוט נאכן זמן, מעריב האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ג ר' שמשון פויגעל שליט"א, תיכף נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה אין ביהמ"ד הגדול, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' עקיבא בינעטה הי"ו פון מאנטריאל, די הבדלה האט געהאלטן מו"ה אלעזר ראטטענשטיין הי"ו פון בארא פארק.
מוצאי יום הקדוש
מוצאי יום הקדוש איז דער רבי אריינגעקומען צום געהויבענעם שלחן הטהור בהיכל הטישן.
די טיש איז אריבער גאר דערהויבן, די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו האבן אנגעפירט מיט די לעבעדיגע שירה וזמרה, דער רבי האט זיך במשכ'ן טיש עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן.
מיט ויאתיו כל איז מכובד געווארן הרב יעקב יחזקי' גרינבוים שליט"א פון וומסב"ג, המבדיל הרה"ח ר' יעקב שלמה גרינוואלד הי"ו פון קרית יואל. שיר המעלות הב' אברהם גרינוואלד ני"ו פון קרית יואל, ברהמ"ז על הכוס הנגיד ר' ישראל אלי' ברוך ענגעל הי"ו פון מאנסי. נאכן טיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט קוויטל, און די געסט האבן זיך געזעגנט ביים רבי'ן.
ויום טוב הי' עושה בצאתו בשלום מן הקודש, מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
- פאלגט נאך די באריכט פון חג הסוכות - |