שבת קודש פר' כי תבוא בצל הקודש
ביים זמן הדלה"נ האט דער רבי געצינדן די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע און די נרות שבת, דערנאך געזאגט שיר השירים בהיכל ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה און קבלת שבת.
ביים שלחן הטהור איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הב' צבי הירש פיש ני"ו נכד רביה"ק זי"ע, מתלמידי ישיבה גדולה. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן ומו"ץ, הגה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א, הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א חדב"ן, מוה"ר משה אברהם ראזנאי הי"ו פון בית שמש, מוה"ר אברהם שלמה באנדא הי"ו.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען בדברות קודש.
ברהמ"ז על הכוס אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א, שיר המעלות הב' שלום מאירוביץ ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה.
נאכן בענטשן האט דער רבי געטאנצן מיט החתן ברוך ארי' פויגעל ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק', וועלכע האט חתונה אין ניו יארק אין די קומענדיגע וואכן, דערנאך מיט די בני המשפחה.
שבח נותנים הרה"ח ר' משה מאירוביץ הי"ו.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נפתלי נחמי' ראטטענבערג הי"ו פון מאנסי, שחרית האט געדאווענט הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו.
די עליות האבן עולה געווען: כהן החתן רפאל ארי' קאהן הי"ו, לוי הרה"צ רבי יששכר דוב משה סג"ל טירנויער שליט"א, שלישי הרה"ח ר' נפתלי נחמי' ראטטענבערג הי"ו, רביעי מוה"ר שלום אבערלענדער הי"ו פון וומסב"ג, חמישי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו, ששי הרה"ח ר' פנחס ברוך האלפערין הי"ו, שביעי מוה"ר חיים נחום מערמעלשטיין הי"ו, הוספות: החתן ברוך ארי' פויגעל ני"ו, החתן יעקב פרושינובסקי הי"ו, אחרון מוה"ר משה אשר ראזענבערג הי"ו.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף, לרגל די יארצייט פון אמו של מלכות, הרבנית הצדיקת מחברתו הטהורה פון רבינו הקדוש זיעועכ"י, וועלכע געפאלט די קומענדיגע וואך. פתיחה צו אנעים זמירות מו"ה ישראל יעקב הכהן לאנדאוי הי"ו פון מאנסי.
*
ביים בייטאג טיש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים ותלמידי ישיבה גדולה זענען מכובד געווארן מיט אז ביום השביעי מוה"ר יוסף יאקאב הי"ו פון קרית יואל.
ברהמ"ז על הכוס מוה"ר שלום אבערלענדער הי"ו, שיר המעלות הב' שמואל בער לייפער ני"ו פון קרית יואל.
*
שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה הרב אברהם לייב ראזענבוים הי"ו מנהל חברת תהלים, די עליות האבן עולה געווען כהן מוה"ר לוי יצחק קאהן הי"ו פון מאנטריאל, שני הרה"צ רבי שמואל פריעדמאן שליט"א חדב"ן, שלישי מוה"ר יצחק לוי פרושינובסקי הי"ו פון מאנסי, הגבה רבינו שליט"א, גלילה מוה"ר יהוסף מרדכי מערמעלשטיין הי"ו פון מאנטריאל. קידוש ביי סעודה שלישית רבינו שליט"א.
ביי די סעודה שלישית תורה האט דער רבי ארומגערעדט איבער די סגולת הזמן, מען איז שוין אריבער האלב פון חודש אלול, דארף מען זיך אויפוועקן צו תשובה און תיקון המעשים, און אלעס זאל צוגיין מיט די ריכטיגע קבלת עול מלכות שמים.
דאס איז געווען דער ענין פון ביכורים, נאכדעם וואס א מענטש האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות צו מאכן וואקסן זיין פעלד גוט, ענדליך עס וואקסט שוין ארויס פירות, וויל ער עס שוין עסן, איז ער אבער מבטל זיין רצון צום רצון השם, און געט עס אוועק פארן אייבערשטן, דאס איז טייטש קבלת עול מלכות שמים, מען איז זיך מכניע און מבטל פארן אייבערשטנ'ס רצון.
ווי דער מדרש זאגט, אז ווען משה רבינו האט געזען די מצוה פון ביכורים וועט בטל ווערן, ווען די בית המקדש וועט חרוב ווערן, האט ער מתקן געווען די ענין תפלה, ווייל דאס איז טאקע די כח פון תפלה, מען בעט אלעס פונעם אייבערשטן, ווייל אין עוד מלבדו, אלעס איז דער אייבערשטער, און מען איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, און יעדע גוטע זאך וואס מען האט יא, קומט פונעם אייבערשטן.
זאל מען טאקע זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר, אזוי ווי הרה"ק רבי יעקב משה מ'קאמארנא זי"ע ברענגט איש מפי איש פונעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע, וואס האט נאכגעזאגט פון אחיה השילוני, אז מיט יעדע מאל וואס א איד וואונטשט פאר זיין חבר א "כתיבה וחתימה טובה" ווערט באשאפן א מלאך וואס איז ממליץ טוב אויף די מענטש, אז ער זאל טאקע זוכה זיין דערצו.
און מיר קענען נאך דאס יאר געהאלפן ווערן מיט די גאולה שלימה, אזוי ווי מען זעהט מען איז מתפלל ערב ראש השנה ביי מנחה ברך עלינו ה' אלקינו את השנה הזאת, אפילו מ'שטייט שוין ביים שוועל פונעם נייעם יאר, ביז אפאר מינוט איז שוין תשפ"ה, פאר וואס בעט מען ברך עלינו את השנה הזאת, נאר וואס דען, וויבאלד אונז גלייבן באמונה שלימה, אז אין איין סקונדע קען אונז דער אייבערשטער ארויסנעמען פון גלות, אין איין סקונדע קענען אונז אויפגעראכטן ווערן מיט די גאולה שלימה, במילא ווילאנג די יאר איז נאך נישט אריבער קען מען נאך מתפלל זיין אויף די יאר, און מען האפט נאך און מען איז נאך מתפלל אז משיח זאל שוין קומען, נאך דאס יאר, און דאס יאר זאל זיין די געבענטשטע יאר, וואס אונז אלע וועלן זוכה זיין צום גאולה שלימה, בב"א.
מיט די זמירות סעודה שלישית זענען מכובד געווארן: מוה"ר אברה יצחק זוסמאן הי"ו, מוה"ר חיים נחום מערמעלשטיין הי"ו, מוה"ר אברהם הכהן קרויס הי"ו פון קרית יואל, מוה"ר לוי יצחק קאהן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס מוה"ר חנוך דוד שלום וויינגארטן הי"ו. שיר המעלות הב' אלימלך זכרי' סאקס ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק'. די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן פאר די זיידע'ס הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי נחמי' ראטטענבערג הי"ו, הרה"ח ר' פנחס ברוך האלפערין הי"ו, מוה"ר אברהם יצחק זוסמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב, און דערנאך געמאכט הבדלה. הגבהת הכוס איז מכובד געווארן מוה"ר אלימלך דוד סג"ל גאלדשטיין הי"ו פון מאנסי.
ביי די שיחות קודש האט דער רבי דערציילט פון הרה"ק רבי ישראל אברהם מ'אוסטראה זי"ע.
שפעטער האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול. |