* * *
שבת קודש פר' שופטים בצל הקודש
ביים זמן הדלה"נ האט דער רבי געצינדן די נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע און די נרות שבת, דערנאך געזאגט שיר השירים בהיכל ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה.
פארן דאווענען האט דער רבי אנגעטון די שטריימל פאר החתן בן הר"ר אהרן הערש שטעסל שליט"א, מנהל בתלמוד תורה, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן די חתן און מחותנים ובני משפחה.
צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת.
ביים שלחן הטהור אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרב אלי' לייב סג"ל טירנויער שליט"א נכד רביה"ק זי"ע. נאך די פיש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה, דערנאך הר"ר יעקב פאגעל הי"ו, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, בגדולת וקדושת הזמן, אריינטרעטענדיג אין חודש אלול דארף מען זיך גרייטן צו די הייליגע טעג, מען דארף ארויסנעמען א מוסר השכל פון די שופר בלאזן, א שופר איז אונטן שמאל און אויבן ברייט, צו ווייזן אז א מענטש דארף זיך האלטן אונטן קליין, און תשובה טון, דורכדעם וועלן אראפקומען השפעות טובות פון אויבן.
שפעטער ביים שלחן הטהור פאר כל הקהל הקודש, זענען מכובד געווארן מיט די זמירות: הרה"ח ר' יוסף גאלדענבערג הי"ו בני ברק, הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יהוסף יואל סג"ל קרויס הי"ו מאנטריאל, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, מוה"ר יואל ברייער הי"ו קרית יואל, מוה"ר יחזקאל פריעדמאן הי"ו פון סקווירא.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך ממשיך געווען אז אין די יעצטיגע טעג זאגט מען לדוד ה' אורי וישעי, אורי ווייזט אויף ראש השנה, ישעי ווייזט אויף יום הקדוש, כי יצפננו בסוכה גייט ארויף אויף סוכות, זאגט מען די מזמור אין חודש אלול, ווייל אין די מזמור שטייט 13 מאל די שם הוי"ה, אקעגן די י"ג מדות של רחמים, זאגט מען די מזמור אין חודש אלול כדי מעורר צו זיין די מדת הרחמים, אויספירענדיג בברכות לרוב.
ברהמ"ז על הכוס מו"ה אברהם מרדכי זילבער הי"ו, שיר המעלות הב' אלימלך זכרי' סאקס ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכור פון בן הנולד צו מו"ה יואל משה דוד ווייס הי"ו, דער רבי האט טועם געווען פון די בונדלעך, און ווארעם אנגעוואונטשן די אבי הבן און זיידע'ס ובני משפחה.
שבח נותנים הרה"ג ר' נתן נטע זעליג ווייס שליט"א.
נאכן טיש איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית צירל צו די שמחת השבע ברכות פון די אייניקל פון גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, בת הרה"ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א, דער רבי האט געטרינקן און געוואונטשן לחיים, און ווארעם אנגעוואנטשן די חתן און מחותנים, און פארן שוואגער כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה און שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יוסף ישכר בער סג"ל טירנויער שליט"א מנהל ישיבה קטנה, לרגל די יארצייט פון זיין מאמע ע"ה.
די עליות האבן עולה געווען: כהן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, לוי הרה"ג ר' יוסף ישכר בער סג"ל טירנויער שליט"א מנהל ישיבה קטנה, שלישי הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א, רביעי החתן יוסף ראזענבערגער שליט"א, חמישי הבחור ב"ר ישעי' בנימין קרויס ני"ו, ששי הגה"צ אב"ד גמזו שליט"א, שביעי הרה"ח ר' יצחק יודא לייבוש מערמעלשטיין הי"ו, הוספות: מו"ה יואל הלל בראך הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, החתן יחזקאל זאב שטעסל ני"ו און עס איז פארגעקומען די באווארפן, אחרון הרה"ח ר' יושע ארי' גראס הי"ו קרית יואל מנהל המפעל מן המיצר, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און מפטיר האט עולה געווען הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו. הגבה הרב איתמר מייזליש שליט"א קרית יואל, גלילה הב' בן העסקן מוה"ר אברהם ברוינער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר יואל ברייער הי"ו, קרית יואל.
*
ביים בייטאג טיש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים ותלמידי ישיבה גדולה זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הב' משולם פייש פאגעל ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה, אז ביום השביעי מוה"ר יעקב פאגעל הי"ו.
ברהמ"ז על הכוס הב' חיים סג"ל טירנויער ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה, שיר המעלות הב' יעקב אלימלך קליין ני"ו מתלמידי ישיבה גדולה.
*
שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה הרה"ג ר' יוסף ישכר בער סג"ל טירנויער שליט"א מנהל ישיבה קטנה, די עליות האבן עולה געווען ראשון הרה"ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, שני דער אבי הכלה הרה"ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א וומסב"ג, שלישי מוה"ר יואל ברייער הי"ו, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, גלילה מוה"ר מענדל בראך הי"ו פון מאנסי. קידוש ביי סעודה שלישית הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו.
דער רבי האט מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א מיט די סעודה שלישית תורה.
מיט די זמירות סעודה שלישית זענען מכובד געווארן: הרה"ג ר' יואל ראזענבערגער שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, הר"ר אהרן הערש שטעסל הי"ו מנהל בת"ת, מו"ה יואל הלל בראך הי"ו, הרב שלום אליעזר האלפערט שליט"א.
ברהמ"ז על הכוס כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, שיר המעלות הב' שמואל הערש טעללער ני"ו. די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן פאר רבינו שליט"א, פאר די זיידע'ס הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א, הגה"צ אב"ד סוליצא שליט"א, הגה"צ אב"ד גמזו שליט"א, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א.
צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו, הגבהת הכוס צו הבדלה מוה"ר יחזקאל פריעדמאן הי"ו, די הבדלה האט געהאלטן החתן יחזקאל זאב שטעסל ני"ו.
ביי די שיחות קודש האט דער רבי מכבד געווען אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א צו פארציילן, דערנאך האט דער רבי דערציילט פון הרה"ק רבי בערצי מ'נאדבורנא זכותו יגן עלינו.
שפעטער האט דער רבי אויפגענומען קבלת קהל לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.
*
זונטאג פר' כי תצא פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק, דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו תפארת משולם אין וויליאמסבורג.
דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, לרגל די יארצייט פונעם זיידן הרה"ק בעל תוספות יום טוב זיעועכ"י. נאך מעריב איז דער ציבור אריבער געבן שלום פארן רבי'ן. דערנאך איז פארגעקומען קבלת קהל א לענגערע זמן.
*
המשך פונעם באריכט וועט בעז"ה נאכפאלגן |