מתאחדת - באריכט פון חג השבועות בצל הקודש - תשפ"ד #819

Top Banner

ברכת הקודש אצל מעמד הבאגלייטן

מוצאי חג השבועות העעל"ט

צו הערן

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

יום ב' בהעלותך

בהלכות בציעת הפת - בהקדם שיעור בספר תהלים

צו הערן

הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א

מגיד שיעור על קול איחוד

שיעור יומי על הפרשה - ג' בהעלותך

צו הערן
  • ichud

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

קרית יואל

  • moduos

חג השבועות תשפ"ד בצל הקודש 


 

דינסטאג ערב חג השבועות:

ערב יו''ט פארמיטאג האט האדמו"ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט"א אנגערופן רבינו שליט"א וואונטשן א גוט יום טוב און נעמען ברכת קדשו.

במשכ'ן טאג האט רבינו שליט"א אויפגענומען די ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך, בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.

ליל א' דיו''ט:

אריינקומענדיג אין היכל הבית המדרש האט זיך אנפלעקט א הערליך בילד, ווי די ביהמ"ד איז געווען הערליך שיין צוגעגרייט מיט בלומען און שילדן, און א ספעציעלע חופה העכערן פלאץ פון רבינו שליט"א, מיט הערליכע בלומען און רויזן ארום די ארון הקודש אינעם בלעמער כנהוג בכל תפוצות ישראל.

צו תפלת מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א.

נאך מנחה איז די גאנצע עולם ארויס צום מעמד הכנסת ספר תורה נדבת הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א מגיד מישרים בקריתינו הק', ווי דער רבי איז אריין אין שטוב פון הרה"ג ר' אברהם שלמה שליט"א און די ציבור האט אפגעווארט אינדרויסן. נאך עטליכע מינוטן איז דער רבי ארויסגעקומען מיטן נייעם ספר תורה, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין עילאין בשמחת התורה, במשכ'ן וועג צום ביהמ"ד זענען מכובד געווארן די  בני המשפחה וזקני החסידים צו טאנצן מיטן ספר. אנקומענדיג ביים ביהמ"ד הגדול האט מען ארויסגעברענגט אלע ספרי תורות פון ביהמ"ד כנהוג.

וינועו אמות הסיפים, ווען רבינו שליט"א האט מיט געהויבענע ריקודין עילאין אריינגעברענגט די ספר תורה בהיכל ביהמ"ד הגדול, ווי די גאנצע ציבור האט זיך געהויבן אין די לופטן, עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני.

אנקומענדיג צום בימה איז רבינו שליט"א ארויף מיטן ספר תורה, און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין קדישין אויף די הקפה ניגונים, און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם שלמה שליט"א ובניו, צו טאנצן מיטן ספר תורה, דערנאך די חשובי פני העדה.

נאך לענגערע מינוטן פון געהויבענע ריקודין האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור, און מזמור לדוד, מיט גרויס התעוררות און דביקות, און דערנאך אריין געטראגן די ספר תורה צום ארון הקודש, אנקומענדיג צום ארון הקודש האט מען ווייטער געזינגן ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו, וחיי עולם נטע בתוכינו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד, אזוי אויך האט דער רבי געדאווענט אלע תפילות די ערשטע טאג יו"ט, לרגל די יארצייטן פון די משפחת המלוכה פון רביה"ק זי"ע הי''ד. נאכן דאווענען איז די ציבור אדורך ווינטשן 'א גוט יום טוב'.

תיקון ליל שבועות איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בשעה 1:30 בהיכל ביהמ''ד הגדול, הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הרה"ח אהרן קרויס הי"ו.

נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים, און מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א מיט די קאפיטל השמים מספרים, און כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א פון בני ברק - וועלכער איז געקומען וויילן די חג השבועות בצל הקודש - מיט אתה בחרתנו, דערנאך האט מען געזינגען אהבה רבה מיט גרויס התעוררות, אזוי אויך האט מען געזינגען נאך ווארימע תורה ניגונים לכבוד יו"ט שבועות, און הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגען די ניגון קבלת התורה.

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס הרה"ג ר' מענדל גאלדשטיין שליט"א משגיח ושו"מ בישיבה"ק תפארת משולם פייש ניו יארק, שיר המעלות הב' יואל קליין ני"ו פון וומסב''ג. 

 

יום א' דיום טוב:

רבינו שליט"א האט געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד. נאך אתה הראית לדעת איז כ"ק מרן רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון הקודש און בחרדת אש קודש צוגעטרעטן, און אנגעהויבן קאפיטל השמים מספרים, און דערנאך פתיחת הארון און קאפיטל לדוד מזמור, ווי עס האט געהערשט אין ביהמ"ד גאר א גרויסע התעוררות ביים זינגן די ספעציעלע ניגונים.

נאך לאנגע מינוטן וואס די גאנצע עולם איז אריבער קושן די ספר תורה איז דער רבי ערשינען אויפן באלעמער ווי מ'האט אויסגערופן כהן הרה"ח חיים שלמה שווארץ הי"ו, און רבינו שליט''א האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול אדיר וחזק, מיט גרויס התעוררות און דביקות.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט קריאת התורה, לוי האט עולה געווען הרה"צ רבי יששכר דוב משה סג"ל טירנויער שליט"א, שלישי מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, רביעי עשרת הדברות כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א פון בני ברק, חמישי הרה"ג אברהם שלמה פאפאלנאש שליט"א, נאכן עולה זיין האט הרה"ג אברהם שלמה שליט"א געמאכט די ברכת שהחיינו אויפן נייעם ספר תורה, הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, גלילה מו"ה יואל יוסף טעללער הי"ו פון לאנדאן, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און רבינו שליט"א האט עולה געווען מפטיר, הגבה אויפן צווייטן ספר הרב ר' חיים יעקב סג"ל גאלדשטיין שליט"א פון מאנסי, גלילה מו"ה אלימלך גראד הי"ו פון לאנדאן.

רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת מוסף פארן עמוד, פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח חיים שלום טובי' גדלי' פעקעטע הי"ו פון קרית יואל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אין היכל הכוללים די 'מילכיגע סעודה' משולב מיט'ן קידוש לכבוד די יארצייט פון משפחת רבינו הק' זי"ע, אינאיינעם מיט די סעודה לכבודה של הכנסת ספר תורה.

רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' נפתלי נחמי' ראטטענבערג הי"ו פון מאנסי. מען האט געזינגען פאסיגע ניגונים לכבוד היום, דער רבי האט געמאכט מזונות און געטיילט שיריים פון די קרעפלעך.

שפעטער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור די 'פליישיגע סעודה' בהיכל הטישן #9. הגבהת הכוס צו קידוש הרה"ח ר' אהרן שלמה ווייס הי"ו פון וומסב"ג, צווישן די ניגונים זענען מכובד געווארן מוה"ר ישעי' פעלבערבוים הי"ו פון סטעטן איילענד.

ברהמ"ז על הכוס כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א, שיר המעלות הב' טובי' סג"ל שווארץ ני"ו.

 

ליל ב' דיום טוב:

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און צוגעגאנגען צו תפילת מנחה און מעריב. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געווינטשן 'א גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור.

ביים טיש זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרה"ח חיים יחזקאל שרגא הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, מיט די זמירות הרב דוד יודא לאנדאוי הי"ו פון מאנסי.

ברהמ"ז על הכוס הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, ר"מ בישיבה"ק תפארת משולם פייש ניו יארק, שיר המעלות הב' בן מוה"ר אהרן שלמה ווייס הי"ו וומסב"ג.

 

יום ב' דיום טוב:

צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר יושע יצחק גרינוואלד הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, נאך שמונה עשרה האט דער רבי פארגעזאגט הלל ביים עמוד מיט גרויס התעוררות.

די עליות האבן עולה געווען: כהן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, לוי הרה"ח יהוסף יואל סג"ל קרויס הי"ו פון מאנטריאל, שלישי מו"ה משה יצחק אליעזר פאפאלאנאש הי"ו, רביעי הרה"ג שמשון פויגעל שליט"א, חמישי מוה"ר ישראל מרדכי פעלבערבוים הי"ו, הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה אהרן אברהם פריעדמאן הי"ו פון טאראנטא, גלילה מוה"ר אהרן מיכאל גבריאל סג"ל קרויס הי"ו. פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, מפטיר האט עולה געווען הרב חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א. הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה חיים שיינער הי"ו פון טאראנטא, גלילה מו"ה אברהם טרעפ הי"ו.

דערנאך האט מען געזאגט יזכור, מוסף האט געדאווענט אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס שליט"א.

פארן דוכנ'ען האט דער רבי געוואשן גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן.

פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר שמואל דוד גוטמאן הי"ו פון קרית יואל, יו"ר מכון עבודת הלוים.

ביים שלחן הטהור בהיכל הטישן #9 אינאיינעם מיט די אורחים החשובים, זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש מו"ה יואל אמסעל הי"ו פון בארא פארק, מיט די זמירות הרה"ח מרדכי מאיר הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, מוה"ר דניאל הלל פיליפסון הי"ו פון מאנסי, ברהמ"ז על הכוס הרה"ח חיים יחזקאל שרגא לאנדאוי הי"ו, שיר המעלות הב' אלי' אמסעל ני"ו פון וומסב"ג.

נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד לאמירת כל ספר תהלים מיט א געוואלדיגע התעוררות, א באזונדערע פלאץ איז געווען ביי קרן צפונית מערבית ווי די ילדי תשב"ר האבן אינאיינעם געזאגט תהלים אונטערן מנהל חברת תהלים הרב אברהם לייב ראזענבוים שליט"א, מיט די געטרייע עוזרים ומסייעים, ווי די קול הצאן קדשים האט אפגעדונערט אינאיינעם מיטן התלהבות פונעם גאנצן ציבור, און מען האט זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס.

פאר קאפי' ק"כ איז דער רבי אריבער צום מקום מיוחד פון די צאן קדשים, און זיך אמגעקוקט מיט א קענטיגע הנאה.

 

מוצאי יום טוב:

נאכ'ן זמן מוצאי האט מען געדאווענט מעריב צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יעקב יוסף כהנא הי"ו.

נאך מעריב האט רבינו שליט"א געמאכט הבדלה ביי קרן צפונית מערבית, הגבהת הכוס איז מכובד געווארן מוה"ר ישראל מרדכי פרושינובסקי הי"ו פון מאנסי, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הבאגלייטן דארט אויפן פלאץ ווי די ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות.

רבינו שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, אריינטייטשענדיג די ניגון וואס מען זינגט ''ובאו כולם בברית יחד'', מיר אלע צוזאמען זענען מקבל אויף זיך, אז ''נעשה ונשמע אמרו כאחד'', נעשה גייט ארויף אויף די תורה שבכתב, ונשמע גייט ארויף אויף די תורה שבעל פה, דאס מיינט מען אז אלעס וואס די חכמים און צדיקים פון אלע דורות שטעלן אוועק פאר אונז, גדרים וסייגים זיך צו קענען האלטן אין די שווערע זמנים, זענען אונז מקבל אויף זיך מיט אזא מסירת נפש, 'כאחד' פונקט אזוי ווי מיר האבן אינזינען ביי קריאת שמע ווען מען זאגט די פסוק שמע ישראל השם אלקינו השם אחד, מיט די זעלבע מסירת נפש זענען מיר גרייט צו לעבן אויף קידוש השם, און אויספאלגן אלעס וואס די תורה הק' הייסט אונז. אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב לנו ולכל ישראל אמן.

דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט ריקודין עילאין, זינגענדיג האטס געפועל'ט אלעס גוטס, אנא עבדא, און נאך לעבעדיגע ניגונים פאר א לענגערע צייט, לויבענדיג דעם אויבערשטן פארן האבן די זכי' צו דערלעבן אזא הייליגע יום טוב בצל הקודש.

דערנאך האט דער רבי געווינטשן פארן גאנצן עולם מען זאל האבן גע'פועלט אלעס גוטס, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן אויפן ניגון ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור.

  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech