חג הפסח בצל הקודש
זונטאג - יום בדיקת חמץ
ליל בדיקת חמץ פארן זמן רבינו תם, איז רבינו שליט"א געווען שעפן 'מים שלנו', אינעם חצר פון ביהמ"ד אברכים, ווען בשעת'ן שעפן האט מען געזינגען ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה.
ביים זמן האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, דערנאך האבן די געסט געהאט די געלעגנהייט צו געבן שלום פארן רבי'ן.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט בודק חמץ געווען פאר א לענגערע צייט, און דער רבי האט געשיקט שליחים בודק חמץ צו זיין חדרו הפרטי בבנין הישיבה.
שפעטער ביינאכט איז הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אריבער געקומען לביתו נאוה קודש, און דער רבי האט פארקויפט די חמץ.
מאנטאג - ערב פסח
ערב פסח אינדערפרי האט דער רבי געמאכט די עירובי חצירות מיט א ברכה.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען פארברענען די חמץ פארנט פון בית צירל. דער רבי האט אריינגעווארפן די חמץ און געווארט עס זאל ווערן אינגאנצן פארברענט, און דערנאך געזאגט די יהי רצון כנהוג.
ארום 1:00 איז דער רבי ערשינען אינעם בית האופה, און געבאקן מצות מצוה פאר א לענגערע צייט, און געטוהן פון אלע ערליי ארבעט. בשעת'ן מצות באקן האט דער רבי פארגעזאגט הלל, אין דער גאנצע עולם האט מיטגעזאגט, מיט גרויס התעוררות און שמחה של מצוה.
דערנאך האט דער רבי מפריש געווען חלה פון די מצות, און געשיקט א שליח עס צו פארברענען אין אויבן.
ליל א' דיו"ט
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול בערך א האלבע שעה נאכן זמן, צו מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א. נאך מנחה האט מען געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב, און דערנאך פארגעזאגט הלל מיט א גרויסע התעוררות ובקול חוצב להבות אש, וואס האט אריינגעברענגט דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספערע.
נאכן דאווענען איז די עולם אריבער וואונטשן א גוט יום טוב.
*
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו פירן דעם סדר בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, ס'איז געווען הערליך שיין און מלכות'דיג צוגעגרייט ווי עס פאסט זיך צום סדר נאכט, פארן רבי'ן און פאר אלע אורחים החשובים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די סדר.
די סדר איז אריבער מיט התעוררות און דערהויבנקייט וואס איז נישט מעגליך צו באשרייבן, ווען במשך די גאנצע הגדה צווישן איין שטיקל אינעם צווייטן, האט דער רבי משמיע געווען פילע טייטשן און הערליכע פירושים פול מיט חיזוק אמונה און בטחון, זייענדיג מעורר רחמים על אחינו בני ישראל, און דער רבי האט דערציילט די נסים פון יציאת מצרים משולב מיט סיפורים פון די הייליגע צדיקים.
דער רבי האט זיכער געמאכט אז יעדער האט א הגדה, מיט א מצה טאש, מיט אלע צוגעהערן פארן סדר, און געטיילט א מצה שלימה פאר אלע מסובים, און דער רבי האט אנגעהויבן מסדר זיין די קערה מיט די מצות כנהוג.
די סימנים האבן די קינדער און אייניקלעך געזאגט, און דער רבי האט יעדעם איינעם מכבד געווען מיט די כיבודים במשך די סדר. ביי שלחן עורך האט מען סערווירט א מלכות'דיגע סעודה פאר אלע מסובים, און דער רבי האט זיכער געמאכט אז יעדער האט פון אלעם גוטן.
ביי צפון האט דער רבי געטיילט פארן גאנצן ציבור פון די אפיקומן מצה, און דער רבי האט יעדעם אנגעוואונטשן וואס מען דארף. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיטן זאגן הלל מיט נשמת מיט גרויס התעוררות און דביקות, וואס איז אריבער גאר הייליג און דערהויבן.
יום א' דיו"ט
פסוקי דזמרה האט געדאווענט מוה"ר אליעזר הערש הערשקאוויטש הי"ו. צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר שלמה יואל גרינהוט הי"ו.
די עליות האבן עולה געווען: כהן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, לוי הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו, שלישי אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א, רביעי מוה"ר ישראל זונדל סאנדעל הי"ו, חמישי כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, הגבה אויפן ערשטן ספר מוה"ר אליעזר הערש פישער הי"ו משב"ק, גלילה הב' בן מוה"ר שמואל נתן סג"ל קרויס הי"ו. דער רבי האט עולה געווען מפטיר, הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה קלמן פעקעטע הי"ו.
פאר מוסף האט דער רבי אנגעטון די בעקיטשע און גארטל פונעם הייליגן אפטער רב זי"ע, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע, מיטן קאפל און גארטל פון רבינו הקדוש זי"ע, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף מיטן ניגון המקובל פארן בענטשן טל, פאר הויעך שמונה עשרה האט דער רבי געעפנט די ארון הקודש, מיטשלעפענדיג נאך זיך די גאנצע ציבור איינגעהילט מיט גאר גרויסע התעוררות והשתפכות הנפש.
פתיחה צו אנעים זמירות מו"ה חיים אפרים צוויבל הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלה"ט בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים ובני המשפחה, ברכת המזון על הכוס האט געבענטשט הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, בן רבינו שליט"א, ור"מ בישיבתינו הק' תפארת משולם פייש.
ליל ב' דיו"ט
צו תפילת מנחה האט פארן עמוד געדאווענט הרב יוסף צבי קליין הי"ו. דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, דער רבי האט געדאווענט פארן עמוד און דערנאך געזאגט הלל מיט גרויס התעוררות. נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש.
וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די סדר נאכט איז אריבער גאר שיין און דערהויבן. צו ספירת העומר איז זיך צוזאמגעקומען א גרויסער עולם, און דער רבי האט געציילט ספירה מיט גרויס התעוררות און דערהויבנקייט, און נאך ספירה האט מען זיך ארויס געלאזט אין געהויבענע ריקודין ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה.
יום ב' דיו"ט
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר אליעזר דוד קרויס הי"ו חבר הנהלת ת"ת, שחרית איז צוגעגאנגען מו"ה מאיר סג"ל קרויס הי"ו.
די עליות האבן עולה געווען, כהן מו"ה חיים אלי' פריעד הי"ו פון מאנטריאל, לוי מוה"ר חיים משה מאיר סג"ל קרויס הי"ו פון מאנטריאל, שלישי מו"ה יחיאל מיכל יקותיאל פריעדמאן הי"ו חבר הנהלת ת"ת, רביעי הרה"ח ר' יצחק יודא לייב מערמעלשטיין הי"ו חבר הנהלת קהלתינו הק', חמישי מוה"ר יואל זוסמאן פריעד הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, דער רבי האט געוואשן פארן דוכנ'ען גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א צו ברכת כהנים.
פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ג ר' אלעזר ליעבערמאן שליט"א, ראש החבורת עבודת עבודה דבית מדרשינו עטרת מרדכי וויליאמסבורג.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש.
פארן בענטשן האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די זרוע פאר די וואס ווארטן אויף שידוכים, לסגולה לזיווג הגון. ברכת המזון על הכוס הרה"ח ר' מרדכי מאיר הכהן לאנדאוי הי"ו, וומסב"ג.
*
פארנאכטס האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין ביהמ"ד הגדול, צו מנחה איז צוגעגאנגען מו"ה יהוסף אלקנה סג"ל קרויס הי"ו. דער רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד און געציילט ספירה, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה. הגבהת הכוס הרה"ח ר' שלמה גוטמאן הי"ו פון בארא פארק. דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט מועד'.
ביים שלחן הטהור האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש נאך די פיש, מיט די כיבודים זענען מכובד געווארן: הרה"ח ר' יוסף שלום כרמל הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר יואל שטרייכער הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר פנחס קליין הי"ו פון מאנטריאל. שיר המעלות הב' אשר זעליג לאנדאוי ני"ו פון וומסב"ג, ברהמ"ז על הכוס הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א.
דאנערשטאג - יום א' דחוה"מ
דאנערשטאג אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען בהיכל ביהמ"ד הגדול. צו שחרית און מוסף איז צוגעגאנגען צום עמוד מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק, לרגל די יארצייט פון הרה"ח ר' נחום מיללער ע"ה, מזקני החסידים ומתומכי מוסדותינו הק', רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל.
די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר בנימין פישער הי"ו, לוי מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו, שלישי הרה"ח ר' יצחק יודא לייב מערמעלשטיין הי"ו חבר הנהלת הקהלה. הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה חיים מאיר לעבאוויטש הי"ו פון מאנטריאל, רביעי הרה"ח ר' ישראל הערש פעלבערבוים הי"ו פון וומסב"ג, הגבה אויפן צווייטן ספר הרב נפתלי קאהן שליט"א פון וומסב"ג נכד רביה"ק זי"ע, גלילה הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו.
ביים טיש זענען מכובד געווארן מיט די כיבודים: הרה"ח ר' אפרים כ"ץ הי"ו, הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הרב יוסף מאיר זילבערמאן שליט"א פון מאנטריאל. שיר המעלות הב' יעקב יוסף שווארץ ני"ו, ברהמ"ז על הכוס מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו.
*
נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען די אורחים החשובים וועלכע זענען געקומען פון ניו יארק מיטצוהאלטן דעם טיש.
מיט די כיבודים זענען מכובד געווארן: הרה"ח ר' יעקב הערש אדלער הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' בערל קליין הי"ו פון מאנטריאל, הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא הכהן לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, הרה"ח ר' יצחק מאיר הכהן שווארץ הי"ו פון וומסב"ג.
פארן בענטשן האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס שוואגער אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א מיט פאסיגע דיבורים בעניני דיומא. ברהמ"ז על הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו, מראשי קהילתינו הק' קרית יואל וחבר הנהלת ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש, שיר המעלות הב' בן מוה"ר יואל שטערן הי"ו פון בארא פארק.
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין ביהמ"ד הגדול, צו מנחה איז צוגעגאנגען מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו, צו מעריב איז צוגעגאנגען מו"ה ישראל יעקב לאנדאוי הי"ו פון מאנסי.
עש"ק - יום ב' דחוה"מ
אינדערפרי צו שחרית איז צוגעגאנגען מו"ה משה לייב סג"ל בר"י קרויס הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.
די עליות האבן עולה געווען: כהן הרה"ח ר' מרדכי מאיר לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי הב' אלימלך סג"ל קרויס ני"ו, שלישי הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול. הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה שמואל מאיר קרויס הי"ו, גלילה מו"ה יצחק שמואל שווארץ הי"ו פון קרית יואל. רביעי הרה"ח ר' חיים פנחס צוויבל הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול, הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה מרדכי יודא שניצלער הי"ו פון מאנסי, גלילה הב' ישראל מענדל וויינשטיין ני"ו פון קרית יואל. צו מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר אליעזר דוד קרויס הי"ו, חבר הנהלת התלמוד תורה.
שבת קודש חול המועד פסח בצל הקודש
פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול בשעה 8:30, צו מנחה איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת און מעריב.
נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער וואונטשן א גוט שבת, און די אורחים החשובים האבן געהאט די געלעגנהייט צו געבן שלום.
ביים שלחן הטהור איז מיט הגבהת הכוס צו קידוש מכובד געווארן מוה"ר יעקב שאול הערשקאוויטש הי"ו. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א, ר"מ בישיבתינו הק' תפארת משולם פייש, הגה"צ רבי זאב ראזענבוים שליט"א חדב"ן, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו, הרה"ג ר' משה מאירוביץ שליט"א, מוה"ר נחמי' צבי שווארץ הי"ו, מו"ה יעקב דוב כהן הי"ו פון בארא פארק.
מיט ברהמ"ז על הכוס איז מכובד געווארן מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, שיר המעלות הב' אשר זעליג לאנדאוי ני"ו פון וומסב"ג.
*
שבת אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תהלים. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר אלימלך ראזענצווייג הי"ו יו"ר מכון נעימות הלוי. שחרית הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו.
די עליות האבן עולה געווען, כהן הרב יודא אליעזר צבי כהנא הי"ו, לוי מוה"ר עזרא שמעון ישראל סג"ל נייהויזער הי"ו, שלישי הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו, רביעי הרה"ג ר' יעקב קליין שליט"א מו"ץ, חמישי מוה"ר יצחק הערש מאליק הי"ו און דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, ששי מו"ה שמעון גליק הי"ו, שביעי מו"ה יהוסף מרדכי מערמעלשטיין הי"ו עסקן דגול דקהלתינו הק' מאנטריאל, אחרון מוה"ר שמואל פישער הי"ו. הגבה אויפן ערשטן ספר מו"ה אלי' דוב בלום הי"ו, גלילה הב' משה ני"ו בן מוה"ר עזרא נייהויזער הי"ו. פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און דער רבי האט עולה געווען מפטיר לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת זעלדא ז"ל, אמו של מלכות פון רבינו השרף זי"ע, וואס געפאלט אין די קומענדיגע וואך. הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה אברהם יושע קרויס הי"ו, גלילה מו"ה ישראל נפתלי מערמעלשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף. פתיחה צו אנעים זמירות מו"ה ארי' הערשקאוויטש הי"ו פון קרית יואל.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית מילה פון בן הנולד צו מו"ה שמעון גליק הי"ו, חתן הרה"ג ר' יעקב קליין שליט"א מו"ץ, דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. דערנאך האט דער רבי געבענטשט די קינד, און ווארעם אנגעוואונטשן אבי הבן, און די זיידע הרה"ג ר' יעקב שליט"א, ובני המשפחה.
ביים בייטאג טיש בביתו נאוה קודש, איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש החתן אשר זעליג ראזענפעלד ני"ו. אז ביום השביעי מו"ה יואל זוסמאן פישער הי"ו משמש ביהמ"ד אברכים. דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס מו"ה שמואל צבי קרויס הי"ו פון מאנסי, שיר המעלות הב' אלימלך פאפלאנאש ני"ו.
*
שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה מו"ה יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק. די עליות האבן עולה געווען ראשון הרה"ח ר' שלמה גוטמאן הי"ו פון בארא פארק, שני מוה"ר יושע וויינבערגער הי"ו, שלישי הרה"ח שלמה זלמן פישער הי"ו. הגבה כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, גלילה מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו פון קרית יואל.
קידוש ביי סעודה שלישית מוה"ר אלימלך ראזענצווייג הי"ו, מיט די זמירות זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' יעקב קליין שליט"א מו"ץ, הרה"ח ר' פנחס ברוך האלפערין הי"ו, מו"ה יהוסף מרדכי מערמעלשטיין הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר חיים משה מאיר סג"ל קרויס הי"ו פון מאנטריאל, מוה"ר משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, הרה"ח ר' נתנאל מאיר הערשקאוויטש הי"ו.
ברהמ"ז על הכוס מוה"ר עזרא שמעון ישראל סג"ל נייהויזער הי"ו, שיר המעלות הב' יעקב אלימלך קליין ני"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב, נאך מעריב איז מען אריבער וואונטשן א גוט מועד, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה. הגבהת הכוס צו הבדלה מו"ה יעקב יוסף פראמאוויטש הי"ו פון וומסב"ג, די הבדלה האט געהאלטן מו"ה יעקב חיים ווייס הי"ו פון לינדען.
דערנאך האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך, בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.
מוצש"ק - ליל ד' דחוה"מ
מיט די כיבודים ביים טיש זענען מכובד געווארן: הרה"ג אב"ד טריסק שליט"א פון מאנטריאל, הגה"צ רבי יחיאל מיכל ישעי' מאסקאוויטש שליט"א חדב"ן מו"ץ, הרה"ג ר' עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל.
פארן בענטשן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש. ברהמ"ז על הכוס הרה"ג אב"ד טשאבא שליט"א פון וומסב"ג, שיר המעלות הב' נכד אב"ד דזשיבוי שליט"א.
זונטאג - יום ד' דחוה"מ
צו שחרית בהיכל ביהמ"ד הגדול איז צוגעגאנגען הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.
די עליות האבן עולה געווען: ראשון רבינו שליט"א, שני הרה"ח ר' אפרים פישל פעלבערבוים הי"ו, שלישי הרה"ג ר' יששכר דוב מאירוביץ שליט"א, הגבה אויפן ערשטן ספר הרה"ג ר' אלכסנדר בלויא שליט"א פון מאנטריאל, גלילה מו"ה משה מנחם יאזשעף הי"ו. רביעי הרה"ח ר' פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו, הגבה אויפן צווייטן ספר מו"ה יעקב יצחק יואל וויינגארטן הי"ו פון קרית יואל, גלילה מו"ה יואל קליין הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס ארי' סג"ל קרויס הי"ו.
ליל שביעי של פסח
שביעי של פסח פארנאכטס איז צוגעגאנגען כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו מעריב, מען האט געזינגען דעם ניגון המקובל ביי 'ואמונה כל זאת' וכו' מיט גרויס התעוררות. נאכן דאווענען איז מען אריבער וואונטשן א גוט יו"ט.
ביים עריכת שלחן הטהור איז מכובד געווארן ברהמ"ז על הכוס אב"ד קלוזש שליט"א.
נאכן זינגען ווארימע ניגוני דביקות, האט דער רבי משמיע געווען פייערדיגע דב"ק, זייענדיג מעורר רחמים אויף כלל ישראל, דער רבי האט געזאגט אז ביי קריעת ים סוף קען מען זיך אלעס אויסבעטן, די אבוה"ק קומען אראפ, און רביה"ק זי"ע געפונט זיך דא, און מען קען זיך אויסבעטן ישועות ורפואות לנו ולכל ישראל.
נאך די דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נאך ניגוני התעוררות, און הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א האט פארגעזינגען ווארימע אידישע ניגונים, און הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו משב"ק האט געזינגען ואמונה כל זאת.
וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי האט פארגעזאגט די שירת הים בקול אדיר וחזק, מיט גרויס התעוררות, ווען די גאנצע ביהמ"ד האט געדונערט, און דער עולם זאגט נאך מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט, שפירנדיג דעם זה קלי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו, ואשרי עין ראתה כל אלה.
תיכף נאכן שירה האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין 'בבקעך ים סוף'. נאך די ריקודין איז מען אריבער נעמען 'ביזת הים מצות' לסגולה ולשמירה מידי קדשו פאר א לענגערע צייט, ווען די מקהלות המנגנים פירן ווייטער אן מיט די לעבעדיגע ניגונים לכבוד יו"ט.
ארויסגייענדיג פון ביהמ"ד האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט.
יום שביעי של פסח
רבינו שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד פסוקי דזמרה, און דער רבי האט פארגעזאגט די שירה מיט גרויס התעוררות, זינגענדיג די ניגון המקובל כנהוג.
שחרית האט געדאווענט מו"ה יעקב אליעזר מערמעלשטיין הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט הלל פארן עמוד.
די עליות האבן עולה געווען: כהן מוה"ר נפתלי צבי ברוך לאנדאוי הי"ו פון וומסב"ג, לוי הגאון הגדול דומ"ץ קריתינו הק' שליט"א, שלישי העסקן הדגול מו"ה אברהם ברוינער הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, רביעי מוה"ר יואל הלל וויינבערגער הי"ו מ'סיקסא וומסב"ג, חמישי שירה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, מפטיר מוה"ר ישראל הערש פריעדמאן הי"ו.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים שליט"א. פאר ברכת כהנים האט דער רבי אפגעגאסן די כהנים, גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, און הגה"צ רבי יואל יחיאל קאהן שליט"א חדב"ן.
פתיחה צו אנעים זמירות מוה"ר חיים אלעזר גערטנער הי"ו פון מאנסי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודה בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש מיט די אורחים החשובים, דער רבי האט געטיילט שיריים פון אלע מאכלים. ברהמ"ז על הכוס הרה"ח ר' אהרן הערש קליין הי"ו פון בארא פארק.
*
צו מנחה איז צוגעגאנגען צום עמוד מוה"ר אליעזר זוסיא סג"ל קרויס הי"ו חבר מקהלת המנגנים. צו מעריב איז צוגגאנגען צום עמוד מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, לרגל די יארצייט פון זיין מאמע ע"ה, וואס געפאלט אחרון של פסח.
ביים שלה"ט בהיכל הטישן, מען האט געזינגען אלע ניגונים פון יו"ט, און דער רבי האט געטיילט שיריים פון אלע מאכלים. ברהמ"ז על הכוס מו"ה יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק.
יום אחרון של פסח
אחרון של פסח אינדערפרי האט געדאווענט פסוקי דזמרה מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, שחרית מו"ה יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, דער רבי האט פארגעזאגט הלל ביים עמוד מיט גרויס התעוררות.
די עליות האבן עולה געווען: כהן הב' מאיר יצחק פישער ני"ו משב"ק, לוי מוה"ר משה סג"ל ראטמאן הי"ו משב"ק, שלישי מו"ה יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק, רביעי הרה"ג ר' חיים ברוך יודא לייפער שליט"א, חמישי מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו. מפטיר הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו, פתיחה צו אנעים זמירות מו"ה יודא עהרענפעלד הי"ו פון מאנסי.
תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודה בביתו נאוה קודש מיט די אורחים החשובים, דער רבי האט געטיילט שיריים פון אלע מאכלים. במשכ'ן סעודה האט מען געזינגען די ניגונים פון יו"ט. ברהמ"ז על הכוס הגה"צ רבי שמואל פריעדמאן שליט"א חדב"ן.
*
נאכמיטאג צו תפילת מנחה, איז צום עמוד צוגעגאנגען מו"ה יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק.
נאך מנחה האט זיך די גאנצע עולם געוואשן צום "נעילת החג טיש", ווען במשכ'ן טיש האט מען געזינגען די הגדה, און דער רבי האט פארגעזאגט "לשנה הבאה בירושלים".
פארן בענטשן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין, ישועת השם כהרף עין, יבנה המקדש, וקרב פזורנו, מיט א תפלה צום קל חי מיטצונעמען די אורות פונעם הייליגן יו"ט פאר א גאנץ יאר, און שוין זוכה זיין צום גאולה שלימה במהרה בימינו.
ברהמ"ז על הכוס מו"ה משה יצחק אליעזר פאפלאנאש הי"ו. שיר המעלות הב' אברהם נתנאל ליעבערמאן ני"ו.
*
רבינו שליט"א האט געדאווענט מעריב פארן עמוד, לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת זעלדא ז"ל, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
הגבהות הכוס צו הבדלה הרה"ח פנחס ארי' גרינוואלד הי"ו.
נאך הבדלה האט דער רבי פארגעלערנט משניות לרגל די יארצייט. און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוט יאהר, און מען האט געזינגען "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס", און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן.
דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך א לענגערע צייט.
מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס!
שבת קודש פר' אחרי בצל הקודש
ביים זמן הדלה"נ האט רבינו שליט"א געצינדן די נרות שבת און נר תמיד לע"נ רבינו הקדוש זי"ע, דערנאך געזאגט שיר השירים.
ליל שב"ק איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת.
ביים שלחן הטהור איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש הרה"ח ר' אהרן פריעד הי"ו. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א חדב"ן, הגה"צ רבי אברהם יודא סג"ל שליט"א, הגה"צ רבי זאב ראזענבוים שליט"א חדב"ן, הגה"צ רבי שמואל פריעדמאן שליט"א חדב"ן.
דער רבי האט פארגעלערנט בספה"ק נועם אלימלך. דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס מו"ה יואל בר"א שווארץ הי"ו פון קרית יואל, שיר המעלות הב' אהרן גינזבערג ני"ו, נכד רבינו שליט"א.
שבח נותנים הגה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א חדב"ן.
*
שבת אינדערפרי האט דער רבי פארגעזאגט ספר תהלים ביים עמוד כנהוג, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, שחרית האט געדאווענט מוה"ר מרדכי ווידער הי"ו, מגבאי ביהמ"ד הגדול.
די עליות האבן עולה געווען: כהן הרה"צ ראה"כ שומע תפלה ספינקא שליט"א פון ירושלים, לוי הרה"ח ר' אלתר אליעזר סג"ל לאווען הי"ו, שלישי הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו, רביעי מוה"ר מרדכי ווידער הי"ו, חמישי הרה"ח ר' ליפא פישער הי"ו, ששי הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א, שביעי מו"ה שלמה יודא וויינבערגער הי"ו, אחרון מוה"ר ישראל הערש פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט געגעבן די נאמען לבתו הנולד לו למזל טוב, פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך לחולי ישראל, און דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
דער רבי האט געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף. פתיחה צו אנעים זמירות הרה"ח ר' חיים מרדכי וועזעל הי"ו.
נאך מוסף איז פארגעקומען די ברית מילה פון בן מו"ה שלמה יודא וויינבערגער הי"ו, דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, נאכן ברית האט דער רבי געבענטשט די קינד, און ווארעם אנגעוואונטשן די עלטערן ובני משפחה.
*
ביים בייטאג טיש אינאיינעם מיט די אורחים החשובים זענען מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש מוה"ר משה גליק הי"ו פון וומסב"ג. אז ביום השביעי הרב יחיאל לייפער הי"ו פון ירושלים, ברהמ"ז על הכוס הרה"ח ר' קלמן הערשקאוויטש הי"ו פון בארא פארק, שיר המעלות הב' שרגא פריעד ני"ו.
*
שבת נאכמיטאג איז צוגעגאנגען צו תפילת מנחה מוה"ר יהוסף אלקנה סג"ל קרויס הי"ו, די עליות האבן עולה געווען כהן החתן בן הרב ברוך מרדכי כ"ץ שליט"א נכד רביה"ק זי"ע, לוי הרה"ח ר' יחזקאל סג"ל וואנחאצקער הי"ו, שלישי מו"ה שלום פנחס באנדא הי"ו, הגבה כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א, גלילה הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו. קידוש ביי סעודה שלישית כ"ק אדמו"ר מ'האדאס שליט"א.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: ידיד נפש הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו, קל מסתתר הרה"ג ר' נחמי' צבי חיים סג"ל קרויס שליט"א, אין כאלקינו מוה"ר ישראל מרדכי פרושינובסקי הי"ו פון מאנסי, ברכי נפשי הרה"ח ר' שלום יחיאל מיכל ארגעל הי"ו.
ברהמ"ז על הכוס הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפאלאנש שליט"א, שיר המעלות הב' בנימין זאב זוסמאן ני"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו מעריב. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, הגבהת הכוס מוה"ר יואל סג"ל שווארץ הי"ו פון וומסב"ג, די הבדלה האט געהאלטן הב' בן מוה"ר משה גליק הי"ו פון וומסב"ג.
ביי די שיחות קודש האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ ראש הכולל ספינקא שליט"א פון ירושלים, און הרה"ח ר' קלמן הערשקאוויטש הי"ו פון בארא פארק צו פארציילן.
שפעטער האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך בחדר הפרטי בבנין ביהמ"ד הגדול.
נייע ראוד'ס און פארקינג לאט געגאסן אויפן שטח הבנין פון ישיבתינו הק' תפארת משולם פייש אין ניו יארק צום בעפארשטייענדן זמן הקיץ הבעל"ט
|