מתאחדת - באריכט פונעם גרויסן חתונה ח"ב - מיטוואך בא תשפ"ד #751

Top Banner

גרינגער און פראקטישער:

איר קענט אלעמאל דרוקן אויפן "מתאחדת קעפל", אדער אויף די ווערטער "נייעס און באריכטן", צו עפענען די גאנצע אימעיל אין א נייע טעב.

 


שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו

באריכט ח"ב - סעודת החתונה וריקודין


נאכן מעמד חופה איז די גאנצער עולם אריבער צום ביהמ"ד הגדול, וואו עס איז סערווירט געווארן די סעודת החתונה אין א פרייליכע שטימונג איינגעטיילט אין באזונדערע שטאקן, איש על מחנהו ואיש על דגלו, פאר עלטערע אידן ובני המשפחה בהיכל הביהמ"ד, און עקסטער פאר אינגעלייט און בעלי בתים, און עקסטער פאר בחורים, און פאר ילדי תשב"ר.

 

סעודת החתונה לאדמורים ורבנים - זקני החסידים - ובני המשפחה בהיכל ביהמ"ד הגדול

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די סעודת החתונה לאברכים ובעלי בתים בהיכל הכוללים

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די סעודת החתונה לבחורי חמד בעזרת נשים

  • mamudim

 

והיו עיניך רואות את מוריך: אום 8:50 איז דער רבי ערשינען בשערי היכל ביהמ"ד הגדול צום סעודת החתונה, און אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה במקהלות אלופי אלפי החסידים, זינגענדיג קול רנה וישועה באהלי צדיקים א לענגערע צייט, ווי די גאנצע עולם הייבט זיך אין די לופטן בשמחת רבינו, אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס אויפן גאנצן לענג פונעם היכל הביהמ"ד, טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, בחורים און אינגעלייט, שוועבענדיג אין העכערע לופטן אין די עולם השמחה.

דער רבי האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, מעריך געווען שלחנו הטהור, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פון די מאכלים. ווען דערביי האט מען געזינגן ניגוני שמחה אנגעפירט דורך די מקהלות המנגנים דחצרות קדשינו. נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געווינטשן פאר כל הקהל הקודש אינאיינעם ברכות וישועות לרוב.

גאר התרגשות'דיג איז געווען ווען דער חתן איז ערשינען צו די חתונה, און גלייך זיך ארויסגעלאזט אין א שיינעם טאנץ מיט די זיידע'ס הרבנים שליט"א, און מיטן מחותן אבי החתן שליט"א.

דער חתן איז דערנאך ערשינען אין צענטער פון ביהמ"ד ווי ן רבינו שליט"א האט געטאנצן מיטן חתן מיט גרויס התלהבות וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די פרייליכע און געהויבענע ריקודין וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי שעה, ווען דער ציבור הייבט זיך אין די לופטן מיט גרויס חיות און התלהבות, ווען במשך די זמן איז די גאנצע עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און מקבל געווען ברכת הקודש בעידן חדוותא.

דורכאויס די גאנצע שמחת החתונה האבן באשיינט די אויבן אן רבני ודייני קהילותינו הקדושות די בכל אתר ואתר, און צענדליגער אדמורי"ם ורבנים גאונים וצדיקים, מחותנים וקרובי המשפחה, ווי אויך אלע רבני ודייני עיר מאנטריאל, ובמיוחד כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א, ווי דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ספעציעלע טאנץ.

ספעציעל האט באשיינט די השתתפות פונעם גרויסן עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א, וואס איז געקומען צו פארן ממעון קדשו ספעציעל צו די גרויסע חתונה, און איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורך רבינו שליט"א, און באשיינט די חתונה פאר א לענגערע צייט. דער פאפא רבי שליט"א האט געטאנצן מיטן חתן און מחותנים, און באזונדער האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א דערהויבענעם ריקוד מיטן פאפא'ן רבי'ן שליט"א פאר א לענגערע וויילע.

 

דער ציבור ביים ענטפאנגן כ"ק מרן רבינו שליט"א בתופים ובמחולות

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

די הערליכע אויבן אן ביים חתונה

  • mamudim
  • mamudim

 

דער ציבור האלפים ביי די ריקודין

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א אין א טאנץ מיטן חתן

  • mamudim

 

כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ מאנטריאל שליט"א אין א טאנץ מיטן חתן

  • mamudim

 

דער ציבור איז מעיין אין די נייע

קובץ מאור החיים

 היו"ל ע"י תלמידי ישיבה גדולה

  • mamudim

 


ריקארדירונגען פונעם

סעודת החתונה


 

צו הערן
צו הערן
צו הערן
צו הערן
צו הערן

 

הופעת כ"ק מרן רבינו שליט"א

צו הערן

 

ברכת הקודש לחיים

צו הערן
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech