שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו
באריכט ח"א - קבלת פנים וחופה
ווערטער זענען ארעם, און שילדערונגען זענען נישט מעגליך, ארויסצוגעבן די געפילן פון התרגשות ביי אלפי אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, נאכן האבן די זכיה מיטצולעבן די היסטארישע שמחת החתונה פונעם רבינ'ס יונגסטן קינד, נאך לענגערע חדשים ווארטן אויף די גרויסע שמחה, האט מען זוכה געווען צו דערגרייכן דעם געהויבענעם טאג, זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.
די שפראך ביי כלל אנשי שלומינו איז שטום, וויפיל מען הערט פון תלמידים וחסידים איבער די גרויסע חתונה איז עס געווען ברוך השם עפעס העכער אלע ערווארטונגען.
שוין פון דאנערשטאג פארטאגס האבן פילע הונדערטער אורחים חשובים פארפלייצט די שטאט, אנקומענדיג נאכן לאנגע וועג צום עיר הקודש קרית טאהש, און במשכ'ן יום החתונה זענען כסדר די גאסן געווען פיל מיט געסט פון איבער די גאנצע וועלט, און עס האט זיך געשפירט די שמחה אין די לופטן, ווי די גאנצע שטאט פריידט זיך מיט בשמחת רבינו.
צו די באשטימטע זמן האבען די מאסן חסידים געשטראמט צום ביהמ"ד אברכים, וואו די אינעווייניגסטע טישן מיט די הויכשטאקיגע לאנגע פארענטשעס זענען בליץ שנעל אנגעפילט געווארן מקצה אל הקצה.
אום פינף אזייגער איז דער גרויסע מחותן כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אויפן בימת הכבוד, אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, און זענען אנטפאנגען געווארן בשירה וזמרה בשמחה ובחדוה.
די מקהלת המנגנים האבן אנגעפירט מיט ווארימע חסידישע ניגונים א לענגערע צייט, ווען דער גאנצער עולם זינגט מיט בהתעוררות רב, און עס איז ארויף אויפן טיש מיט פאסיגע חרוזים מוה"ר יצחק שמואל שווארץ הי"ו, ארויסברענגענדיג די סגולת הזמן, אריינטייטשנדיג אין די ברכות השמונה עשרה די גרויסע עת רצון אין וואס מען שטייט, אויסרעכענענדיג די גרויסע הייליגע זיידע'ס פון ביידע צדדים, וואס קומען אראפ צום געהויבענעם מעמד החופה.
דאן האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן עולם, און מען האט מסדר געווען די כתובה, ווען אלס עדות זענען מכובד געווארן הנגידים החשובים מגדולי תומכי המוסדות הרה"ח הישיש ר' בנימין יוסף לעברעכט הי"ו פון מאנטשעסטער, און הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי אינאיינעם מיטן מחותן אנגעטון די קיטל אויפן חתן, און די קאפל און גארטל פון כ"ק מרן רבינו הקדוש זי"ע, און געלייגט די אש אויפן שטערן, דער רבי האט צום ערשט מכבד געווען דער מחותן מיט די זיידע'ס צו בענטשן די חתן, דאן האט דער רבי געבענטשט די חתן, און דער רבי מיט די מחותנים זענען געגאנגען באדעקן די כלה.
בילדער פונעם מעמד קבלת פנים |