ספעציעלע מלוה דמלכה אפגעראכטן געווארן בקודש פנימה לרגל סיום ימי השובבי"ם
דעם פארלאפענעעם מוצאי שב"ק איז פארגעקומען א ספעציעלע מלוה מלכה פאר תלמידי ישיבתינו הק' לרגל סיום ימי השובבי"ם, בהיכל הטישן בביתו נאוה קודש, בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א.
די מלוה מלכה איז פארגעקומען אויף א עלעגאנטע פארנעם ווי עס פאסט זיך לכבודה של תורה, נאכדעם וואס עס זענען פאריבער 6 דערהויבענע וואכן בין כותלי הישיבה ווי די קול תורה האט געדונערט מן הבוקר עד הערב מיט טויזענטער שעות תורה, און אזוי אויך די ספעציעלע פראגראם צו ארבעטן אויף די שבע מדות.
די תלמידים האבן זיך געוואשן צום רייכן מלוה דמלכה, ווי אויך איז געווען צוגעגרייט די טייערע פרסים ומתנות פאר די תלמידים מצויינים וועלכע איז שפעטער פארטיילט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א.
בעת די מלוה דמלכה האט אויפגעטרעטן הרה"ג המנהל שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א גריס פאר'ן רבי'ן ווי די תלמידים שטייגן מעלה מעלה במסולה העולה בית קל, און די התמדת התורה און עבודת המדות אין וועלכע די תלמידים האבן אריינגעהארעוועט משך די פארלאפענע ימי השובבי"ם, און אזוי אויך האבן די תלמידים פארציילט סיפורי מעשיות.
דאן האט די מנהל שליט"א איבערגעגעבן א כוללות קוויטל פאר מרן רבינו שליט"א, מיט די נעמען פון אלע תלמידים שמם ושם אמם, פון וואס מרן רבינו שליט''א האט גענאסן א געוואלדיגע נחת רוח, און דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה וחיזוק פאר די חשוב'ע תלמידים.
נאך ברכת המזון זענען אלע תלמידים ארביער ביי מרן רבינו שליט"א, ווי יעדע בחור באזונדער האט איבערגעגעבן זיין לוח שעות הלימודים פון די פארלאפענע שובבי"ם וואכן, און וואס מרן רבינו שליט"א האט זיך ספעציעל נאכגעפרעגט ביי יעדע בחור און איבערגעגעבן די ספר למתנה.
בילדער
רבינו שליט"א ביי דברות קודש |