מתאחדת - מיטוואך כי תצא תשפ"ה #1012

Top Banner

דב"ק אצל שלחן הטהור סעודת ראש חודש אלול

וסעודת הילולא לזקינו הרה"ק מ'דעמעטשער זי"ע

צו הערן

קונטרס עבודת עבודה שפתי קודש

פרשת כי תצא

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק'

הל' נטילת ידים ח"י

צו הערן

סיפורים ע"י הרה"ח ר' יעקב זוסמאן שליט"א

משב"ק

מוצש"ק כי תצא - בצל הקודש

צו הערן
  • ichud

בית כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

  • moduos

 

בית הוראה קונטרס

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

בית המדרש הגדול

  • moduos
  • moduos

 

ביהמ"ד התאחדות אברכים

  • moduos
  • moduos

 

כוללי אברכים דקריתינו הק'

  • moduos

נייע טישן און בענק אויסגערישט מיט פראכט


נעכטן דינסטאג כי תצא איז ב"ה אנגעקומען די לאנג ערווארטעטע נייע טישן און בענק פארן היכל ביהמ"ד הגדול והמפואר אין קריתינו הק', און זענען אריינגעפירט געווארן מיט פראכט גרייט צו באדינען די ציבור האלפים הזוכים להסתופף בצילא דמהימנותא קדישא, לקראת חג התשרי הבעל"ט, לשמחת לב כלל אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר.

ביי דעם געלעגנהייט טוען מיר זיך באדאנקן אין נאמען פון הנהלת קהלתינו הק', פאר אלע נדיבים בעם וועלכע האבן אריינגעכאפט די זכי' און מנדב געווען סכומים הגונים פארן 'שלחניך' קאמפיין, און מיט דעם געברענגט די נייע טישן און בענק לידי מעשה, ובפרט פארן געטרייען משמש בקודש מוה"ר יצחק נחום האמבורגער הי"ו.

ואוכלים פירותיהם בעולם הזה, והקרן קיימת לעולם הבא!

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 


אפדעיט ביים בוי ארבעט פארן בנין החדש המפואר ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש - ניו יארק


  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

 


חזרת מסכת בבא בתרא - און סוקסעספולע קאמפיין לטובת קרן חתנים - בהיכל ישיבתינו הק' ישיבה גדולה אור החיים


אין די לעצטערע וואכן בעפאר די יומא דהילולא קדישא פון רבינו הקדוש זי''ע איז אפגעהאלטן געווארן די גרויסע חזרה אויף אלע לימודים אין גמרא פון די פארלאפענע יאר, ווען לויט א פאראויס-געשטעלטע סדר החזרה האבן די תלמידים איבערגע'חזר'ט גאנץ מסכת בבא בתרא.

עטליכע מאל איז פארגעקומען גרעסערע סדרי הלימוד פון מערערע שעות רצופות, און סוף סדר האט מען גענומען א בחינה בכתב אויף די לימודים.

די חשוב'ע מגי''ש הרה"ג ר' חיים סג''ל קרויס שליט''א האט כסדר אויפגעטרעטן מיט א שטארקע דיבורים פאר די תלמידי הישיבה, ווי ער האט ארומגערעדט פארשידענע ענינים ללימוד והתמדת התורה, און אויך שטארק ארויסגעברענגט אז די גרעסטע חיזוק פאר א תלמיד הישיבה איז אז מען קען זעהן ווי ווייט מ'איז געשטיגן ביז אהער, און פון דעם נעמען די ריכטיגע שטופ אנצוגיין ווייטער.

די פארלאפענע זונטאג עקב, א טאג נאך חמשה עשר באב, וואס איז א פאסיגע צייט פאר התמדת התורה איז אויך פארגעקומען א שטארקע סדר הלימוד פון 5 שעה רצופות, און נאך די סדר הלימוד איז פארגעקומען א ספעציעלע דרשה דורך האי פה מפיק מרגליות כ''ק אדמו''ר מ'חוסט שליט''א, מחותן פון כ''ק רבינו שליט''א, וואס במתק לשונו האט ער אנגעווארעמט די תלמידים ווייטער שוקד צו זיין על דלתי התורה מיט א התמדה און בהירות.

צום לעצט אין די רייע איז פארגעקומען א סדר הלימוד פון 7 שעה רצופות די פארלאפענע דינסטאג ראה העעל''ט, ווען כהכנה צו די יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זי''ע, האבן די תלמידי הישיבה אין לויף פון די סדר הלימוד איבערגע'חזר'ט בבחינת חוזר חזרה אלע לימודים צו קענען זיין גרייט אויף די פארהער און קונה זיין די מסכת בקנין נצח.

נאך די סדר הלימוד האט זיך אפגעשפילט די ריכטיגע קידוש שם שמים, ווען די תלמידי שיעור ב' האבן זיך פארהערט אויף איבער 100 בלאט גמרא אין מסכת בבא בתרא, און א גרויס חלק פון די תלמידים האבן זיך גאר פארהערט די גאנצע מסכתא 175 בלאט וועלכע זיי האבן געלערנט משך די פארלאפענע 2 יאר, די זעלבע האבן די תלמידי שיעור א' זיך פארהערט ביי די מגי''ש שקלא וטריא די ערשטע האלב פון מסכת בבא בתרא, קרוב צו 80 בלאט וועלכע זיי האבן געלערנט משך די גאנצע יאר.

עס איז געווען א ערהאבן בילד און א געוואלדיגע נחת רוח צוצוקוקן ווי די בחורים קענען די לימודים און די מסכת בעל פה ישר והפך, און עס איז אוודאי געווען די שענסטע און ריכטיגע כבוד פאר מרן רבינו הקדוש משמי מעל, ווען זיינע תלמידים שטייגן בתורה און פארהערן זיך אזויפיל בלעטער אין די טעג ארום זיין יומא דהילולא קדישא. עקסטער האט כ''ק מרן רבינו שליט''א ביי די דב''ק בעת די סעודת הילולא מיוחד לבחורי הישיבות אויך ארויסגעברענגט נחת רוחו וקורת לבבו, צוזעהנדיג ווי די ישיבה גדולה תלמידים הארעווען אויף די תורה הק' און פארהערן זיך אזויפיל בלעטער גמרא בעל פה.

אין די יעצטיגע פארבליבענע וואכן ביז סוף זמן קומט פאר די חזרת הלימודים בלימודי הלכה ווי מ'לערנט און מ'חזרט צו זיין גרייט אויף די פארהער אויף גאנץ הל' בשר וחלב וועלכע איז געלערנט געווארן משך די פארלאפענע יאר.

אשרי מי שגדול בתורה ועמלו בתורה!

*

אין די פארלאפענע טעג איז פארגעקומען די יערליכע קאמפיין לטובת די גאר וויכטיגע 'קרן חתנים לבושי מרדכי' דישיבתינו הק', וועלכע שטיצט א ברייטע תמיכה פאר די עלטערן פון תלמידי הישיבה בעת ווען מ'שטייט אין תקופה פאר'ן חתונה מאכן די תלמיד הישיבה.

קרן חתנים לבושי מרדכי גייט שוין צוריק צענדליגע יארן, ווען די קופה איז אוועקגעשטעלט געווארן בברכת הקודש פונעם מייסד הישיבה מרן רבינו הקדוש זי''ע, לעילו נשמתו פון בנו חביבו, איש הצדקה והחסד, הרב הצדיק רבי מרדכי זי''ע, און פון דעמאלטס ביז היינט האט שוין די קרן פארטיילט הונדערטער טויזענעטער דאלארן להכנסת כלה.

עס איז איבריג צו באשרייבן און ארויסברענגן די געוואלדיגע נחיצות פון אזא קריטישע צוועק, ווען רובא דרובא פונעם היימישן עולם טרעפט זיך אין שווערע חובות ווען מ'שטייט פאר חתונה מאכ'ן א קינד, און מיט די געלט וואס די קרן חתנים דישיבתינו הק' שענקט, גיבט דאס א געוואלדיגע רואיגקייט ווייטער אנצוגיין מיט די הכנות צו די חתונה אומגעשטערט.

אין די לעצטערע יארן איז די קרן חתנים פון פריש נתחדש געווארן מיט פרישע כוחות צו די צופרידנקייט פון אלע עלטערן מתלמידי הישיבה, און ווי יאר יערליך איז די פארלאפענע וואך פארגעקומען די קאמפיין ווי די תלמידי הישיבה האבן אנגערופן די באקאנטע קרובים און נאנטע ידידים אנשי שלומינו, ארויסצוהעלפן מיט א ברייטע שטיצע להחזקת הקרן.

בעת די סאמע ברען פון די קאמפיין, ווען די חשוב'ע תלמידי הישיבה האבן עוסק געווען אין די מצוה רבה ונשגבה צו שאפן געלט, איז אין א פלוצימ'דיגע מינוט ערשינען כ''ק מרן רבינו שליט''א צווישן די תלמידי הישיבה, און זיך אומגעקוקט מיט א קענטיגע הנאה ווי די געטרייע תלמידים רופן ארום די באקאנטע צו מזכה זיין מיט די מצוה פון הכנסת כלה, און דערביי משמיע געווען ברכת הקודש זאגענדיג, ''אז די שילוב פון חודש אלול איז דאך 'וצדקה תהיה לנו כי' וואס דאס איז א רמז אז אין חודש אלול איז א פאסיגע צייט צו מרבה זיין בצדקה, און אז די רבוש'''ע וועט זעהן ווי זיינע קינדערלעך טוען צדקה וועט ער אויך טון מיט אונז א צדקה און אונז באשרייבן לכתיבה וחתימה טובה''. און דערביי האט די רבי מאציל געווען ברכת קדשו להצלחה פאר די קאמפיין.

כל המשמח חתן וכלה זוכה לחמשה קולות!

  • simcha
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech