מתאחדת - באריכט פון געהויבענעם יומא דהילולא קדישא ח"א - מאנטאג שופטים תשפ"ה #1008

Top Banner

דברות קודש

לפני אמירת כל ספר תהלים אצל ציון הק'

ביום ה' ראה - ז"ך אב העעל"ט

צו הערן

דרשת הרה"ג ר' אלימלך סג"ל לאווען שליט"א

ר"מ בישיבה גדולה

אצל המעמד סעודת הילולא וחלוקת פרסים לבחורי אנ"ש

צו הערן

דרשת הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו

משב"ק אצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

אצל המעמד סעודת הילולא וחלוקת פרסים לבחורי אנ"ש

צו הערן

באריכט פון יומא דהילולא קדישא רבה

ז"ך אב בצל הקודש - ח"א


טויזענטער אידן האבן זוכה געווען אויסצופועל'ן ישועות ורפואות וכל משאלות לבם לטובה, אינעם צענטן יומא דהילולא קדישא ז"ך מנחם אב, בזכותו הגדול פונעם הייליגן בעל ההילולא, אבינו רועינו רבינו הקדוש זי"ע, און מיט א באזונדערע התרוממות דקדושה איז געפראוועט געווארן די גרויסע טאג ביי אנשי שלומינו המקושרים לאילנא דחיי, בצילא דמהימנותא קדישא פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו שליט"א, אין קרית מלך רב קריתינו הקדושה.

בימי הילולא קדישא האט קריתינו הקדושה געווירבלט מיט אומגעהויערע מאסן, פון טויזנטער אידן בליעה"ר, זקנים עם נערים, וועלכע האבן עולה רגל געווען און געקומען מרחוק ומקרוב לכבוד ז"ך אב אינעם הייליגן שטאט אשר שם חלקת מחוקק ספון, ווי מען האט פארגאסן נחלי דמעות לישועת הכלל והפרט, וכל משאלות לבבם לטובה בזכותו של אותו צדיק עמוד צלותהון דישראל.

 

פאלגענד איז א דעטאלירטע באריכט פון די געהויבענע יומא דהילולא קדישא:

מיטוואך פארנאכטס ליל ההילולא קדישא איז פארגעקומען א גאר רייכע פראגראם און סעודת הילולא קדישא פאר כלל תלמידי ישיבותינו הקדושות וחברי חבורת עבו''ע די בכל אתר ואתר, ווי די חשוב'ע בחורי חמד האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודה.עס האט אויפגעטרעטן מיט שטארקע דבי חיזוק במשנתו פונעם בעל ההילולא האי פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אלימלך סג"ל לאווען שליט''א, ר''מ ומשפיע בישיבה גדולה אור החיים, וועלכע האט גאר שיין ארויסגעברענגט די געוואלדיגע עת רצון ומסוגל, פון די גרויסע טאג אין וואס מען טרעט יעצט אריין, וואס מען קען זיך אלץ אויסבעטן אין די טאג, און וויאזוי מיר קענען אנהאלטן די קשר מיטן צדיק, דורכ'ן גיין אין די וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערנט, בתורה ועבודה ויראת שמים, און דורכ'ן לערנען זיינע הייליגע ספרים.

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט רייכע סיפורים הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש שליט''א משב''ק, וועלכע האט אויפגעוויקלט שיינע זכרונות ועובדות פון די לעכטיגע זמנים בהלו נרו על ראשינו.

ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד, ווי דער רבי האט באשיינט די אויבן-אן, און משמיע געווען דברות קודש מיט גרויס התרגשות, ארויסהויבנדיג די עבודת הכנה וואס די בחורים האבן געמאכט צו די הייליגע טאג, און ס'איז זיכער אז רבינו הקדוש זי"ע וועט אראפגיסן פאר זיי אלעס גוטס אין די גרויסע זכות.

דערנאך זענען די בחורים אריבער ביים רבי'ן, און דער רבי האט פארטיילט די נייע ספר עבודת משולם פייש לשבת קודש, אלץ מתן שכרן בצדן פאר אלע בחורים וועלכע האבן זיך ריכטיג צוגעגרייט מיט די אלע 4 עבודות.

*

דערנאך איז דער רבי ערשינען בהיכל ביהמ''ד הגדול צו תפלת מנחה ומעריב. צו תפילת מנחה איז צוגעגאנגען מוה"ר בנימין הכהן פישער הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי צוגעטרעטן ברגש אש קודש צו תפלת מעריב ביומא דהילולא קדישא, דער רבי האט געצינדן די ליכט לע''נ, און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב, די ביהמ"ד איז געווען אנגעפילט מיט א ריזן ציבור תושבי קריתינו הק', און הונדערטער געסט וועלכע האבן זוכה געווען זיך צו געפינען אינעם הייליגן שטאט ביומא דהילולא קדישא.

תיכף נאך מעריב איז סערווירט געווארן א רייכע סעודת הילולא פארן גאנצן ציבור, ווי די היכל ביהמ"ד הגדול איז געווען צוגעגרייט מיט א מייסטערהאפטיגן אויסשטעל אריינעמענדיג אין זיך די ביהמ''ד מקצה אל קצה מיט די מאקסימאלסטע זיץ פלעצער, א ריזן 3 שטאק אויבן אן אויף דרום זייט, וואו עס האבן באשיינט כ"ק אדמו"ר מ'האדאס, כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי, כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא, כ"ק אדמו"ר מ'זידיטשוב חרדים, בני וחתני רבינו שליט"א, ונכדי רביה"ק זי"ע, פולע גדולי רבני ודייני קהילתינו הק', וגדולי ורבני עיר מאנטריאל, צווישן אנדערע: אדמו"ר מ'זוטשקא קאראקאס, אדמו"ר מ'זידיטשוב פרעמיסלא, אדמו''ר מ'שאץ מאנטריאל, ראב''ד סקווירא, אב''ד סאטמאר מאנטריאל, אב''ד ראשית חכמה, אב''ד וויזניץ מרכז, אב''ד טאב,  דומ''ץ טאב, ראה''כ טאב, אדמו''ר מ'דעלאטין, אב''ד נאפקער, דומ''ץ סקווירא מאנטריאל, אדמו''ר מ'ראדאשיץ קר''י, אב''ד בית נפתלי מאנסי, אב''ד טריסק, אב''ד אוהעל, און נאך.

ביים ערשיינען צום עריכת שלחן הטהור, האט דער רבי געצינדן לעכט און זיך געוואשן צום סעודה. און משך די סעודה האט די מקהלות המנגנים דחצרות קדשינו אנגעפירט מיט די ניגונים המקובל מבית מדרשו של רבי, ווי דער גאנצער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן מיט א שטיק בענקשאפט און התעוררות ביים זינגען די הייליגע ווארימע ניגונים.

דער רבי האט געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך אנשי שלומינו לעילוי נשמתו פון רביה"ק זי"ע, און געזאגט קדיש. דערנאך טועם געווען פון די פיש און ארויפגעשיקט שיריים פארן גאנצן עולם, געטרינקן און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט פלאם פייערדיגע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה, ממשיך צו זיין די הייליגע וועגן, און דערציילט עובדות וסיפורים, אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס הנגיד החסיד ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש שליט"א פון קרית יואל, שיר המעלות הב' יואל בינער ני"ו תלמיד ישיבה גדולה.

נאכן בענטשן האט דער רבי געוואונטשן פארן ציבור גע'פועל'ט אלעס גוטס און זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

 

המשך יבוא בעז"ה

 


בילדער ח"א


 

די מעמד פאר די בחורים הערליך צוגעגרייט

  • mamudim
  • mamudim

 

הרה"ג ר' אלימלך סג"ל לאווען שליט"א ר"מ בישיבה גדולה טרעט אויף

  • mamudim

 

הערליכע סיפורים דורך הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק

  • mamudim
  • mamudim

 

רבינו שליט"א ביים פארטיילן די מתנות

  • mamudim

 

תפילת מנחה ומעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול

  • mamudim
  • mamudim

 

צענטראלע שלחן הטהור סעודת הילולא קדישא וסיום הש"ס

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

המשך יבוא בעז"ה

uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Ichud Tosh
Developed by Quickwit Tech