הערליכע מסיבת לחיים לרגל יומדהל"ק אינערהאלב תלמוד תורה עבודת משולם פייש אין מאנסי
פארגאנגענעם דאנערשטאג ראה ז"ך אב ביומא דהילולא קדישא פון רביה"ק זי"ע, איז פארגעקומען א הערליכע מסיבות לחיים בין ילדי ת"ת עבודת משולם פייש אין שטאט מאנסי, ווי די גאנצע ת"ת איז זיך צוזאמגעקומען אין אינאיינעם פארברענגט בשבת אחים גם יחד לע"נ די הייליגע רבי זיעועכי"א.
די לחיים איז נתנדב געווארן דורך אפאר חשוב'ע נדבנים לע"נ רביה"ק זי"ע, די קינדער האבן געמאכט הויעך און צוזאמען ברכות לע"נ, און אזוי אויך האט מען געזאגט צוזאמען אפאר קאפיטלעך תהלים כמנהג רביה"ק וואס דאס איז אייביג געווען זיין שטרעבן, און אזוי אויך האט מען געזינגען אפאר ניגונים צוזאמען, אנגעפירט דורך די געטרייע און איבערגעגעבענע מלמד הרב משה מרדכי שטיינבערגער שליט"א.
אזוי אויך האט ער פארציילט אפאר מעשיות פון רביה"ק זי"ע, און עס האט אויך אויפגעטרעטן העסקן האברך החשוב מו"ה אליעזר קרויס הי"ו וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די ת"ת.